top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צוויי נייע בתי מדרשים מגזע צדיקי בית פולין געעפנט אין עיר התורה והחסידות מאנסי יע"א

דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


אין מאנסי האט זיך אין די טעג געעפנט צוויי נייע בית מדרשים לשם ולתפארת, ביידע פון די פולישע גזע, וואס ווערט נמשך דורך די ממשכי דרך מרנן האדמורי"ם מאמשינוב און אלכסנדר ביידע רביים פון די גזע קודש לצדיקי בית פולין.


די ערשטע איז בית המדרש "אמשינוב" בנשיאות כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א פון ארץ ישראל, וואס דער בית המדרש טראגט מיט זיך א זעלטענע חידוש'פולן פונקט, זייענדיג די ערשטע אמשינובער בית המדרש אין חוץ לארץ. אין צוגאב צו די פילע שטיבלעך צושפרייט אין די שטעט לענגאויס ארץ ישראל, ווערט אצינד אויסגעברייטערט די גבולי הקדושה מיטן התייסדות פונעם ערשטן שטיבל אין אמעריקא, וואס וועט דינען אלס א משכן קודש פאר חסידי אמשינוב וועלכע קלאמערן זיך לאורו הבהיר פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א.


דער בית המדרש איז געעפנט געווארן מיט די פערזענדליכע ברכת הקודש פונעם רבי'ן, און דער מעמד פתיחת שערים איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש פרשת יתרו העעל"ט אינעם נייעם בית המדרש, מיט די באטייליגונג פון א שיינע צאל תלמידים חסידים ואנשי מעשה.


והשני בדומה לו, איז אין מאנסי געעפענט געווארן די נייע בית המדרש דחסידי אלכסנדר, בנשיאותו פון כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, וואס איז צושטאנד געקומען דורך די חסידים תושבי העיר, דער מעמד חנוכת הבית איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם חמשה עשר בשבט ראש השנה לאילנות ביומא דהילולא קדישא פון האדמו"ר הזקן מאלכסנדר זי"ע, ווי דער אלכסנדר רבי שליט"א האט געשיקט א פערזענדליכע מכתב קודש פון ארץ ישראל לקראת דעם מעמד חנוכת הבית לתורה ולתפלה.


מיט די צוויי נייע בתי מדרשים ווערט אריינגעפלאכן נאך א הערליכע דיימאנט אין די גאלדענע רינגעלע פון מקומות לתורה ולתפלה בתי מדרשים ברחבי העיר מאנסי, וואס איז באוואוסט בחיבה יתירה מיט איר הערליכע אויפשטייג פון בתי מקדש מעט, וכן יעזור ה' להלאה להגדיל תורה ולהאדירה!



Comments


bottom of page