טראגעדיע: ווילדע באס דרייווער אראפגעקלאפט און אומגעברענגט ישיבה בחור ביי עצרת מחאה אדירה אין ירושלים
- Bechatzros admin
- לפני 5 ימים
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: לפני 5 ימים
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש

א שוידערליכע אינצידענט האט יעצט פאסירט אין ירושלים עיה"ק בעת די עצרת "קול שוועתם" במעמד רבבות ישראל, ווען א ווילדע אראבישע באס דרייווער איז אין א בארבארישע אקט דורכגעפארן איינס פון די אפגעשפארטע גאסן ביים מקום העצרת, און האט ווילדערהייט אראפגעקלאפט עטליכע פיסגייער אויף די שמגר גאס, איינער פון זיי א חשובע ישיבה בחור וואס איז ליידער אומגעקומען אויפן ארט, די עמערדזשענסי אגענטורן האבן א לענגערע צייט געארבעט ארויסצונעמען דעם נפטר פון אונטערן באס, מיטן פולסטן מאס כבוד המת.
די פאליציי האט ארעסטירט דעם באס דרייווער, און פארשט אצינד אויס אויב איז עס געווען בייזוויליג אדער טעראר. דער בחור איז אידענטיפיצירט געווארן אלס הב' יוסף אייזנטאל ע"ה פון די רמות געגנט אין ירושלים, 14 יאר אלט, א תלמיד פון ישיבת אהל תורה פונוביז אין רמות, א זון פון הרה"ג ר' שמואל אייזנטאל שליט"א ר"ם בישיבת אהל תורה, און א אייניקל פון הגאון ר' אוריאל אייזענטאל שליט"א רב פון שכונת רמות ג' אין ירושלים. די לוויה קומט פאר מארגן מיטוואך 10:00 פארמיטאג פון ישיבת אהל תורה אין רמות, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.







תגובות