נִזְכָּרִים וְנַעֲשִׂים • זעלטן געהויבענע ימי הפורים פאראיבער בצל מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' כי תשא • שושן פורים תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
שווער צו שילדערן די אויסטערלישע שמחה וואס האט געהערשט היי יאר פורים בחצר הקודש וויזניץ. מיט א גאנץ קיילעכיג יאר פארלאפן זינט יענעם פורים תשפ"ה, ווען די חסידים האבן מרבה געווען תפילה פארן רועה נאמן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער האט זיך דאן געפונען אינעם ווייטן לאס אנדזשעלעס נאך א שווערע אפעראציע, האט מען היי יאר ב"ה זוכה געווען צו הערן קולו בקודש בשאגת ארי ביי קריאת המגילה — סיי ביינאכט און סיי אינדערפרי, און מיטגעהאלטן די געהויבענע טישן, ושיכון וויזניץ צהלה ושמחה — פשוטו כמשמעו.
דורכאויס די ימי החג האט דער רבי געפראוועט אלע פיר טישן וועלכע האבן אנגעהאלטן לאנגע שעות. ערב פורים נאך מנחה אין גרויסן ביהמ"ד, איז פארגעקומען א מנין תהילים אויסצובעטן א ישועה פארן רבי'ן אין דעם זמן מסוגל.
נאך קריאת המגילה האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן נעמען קוויטלעך פון די חסידים אויף א שנעלן פארנעם, שפעטער ביים טיש האט דער רבי מעודד די ניגונים לענגערע שעות בצהלת פניו המאירים. אינצווישן די ריקודין האט דער רבי געהייסן דעם משב"ק הרב בנציון שטאנגער צו טאנצן א קאדאטשקע.
איינע פון די הויכפונקטן ביים טיש איז געווען די פייערליכע טענץ אויפ'ן לעגענדארן נטורי קרתא ניגון "ובשלטון הכופרים אין אנו מאמינים", ווען דער רבי האט געהייסן מקורבו הרב יעקב טעסלער חבר הכנסת, צו טאנצן א קאדאטשקע, בעת די טויזנטער בחורים און אינגעלייט, וואס זיי זענען טאקע באדראעט פון די גזירת הגיוס, האבן זיך געהויבן אין די לופטן בכל עוז.
נאכדעם זענען די פורים זינגערס ארויף אויפן טיש, לויט די אלטע מסורה אין וויזניץ און האבן משמח געווען דעם רבי'ן, אנגעפירט דורך דער בעל מנגן הרב מאיר אדלער און דער בדחן ר' מאיר שטיין.
פורים אינדערפרי, האט דער רבי מקיים געווען מצוות היום פון מתנות לאביונים און געשיקט משלוחי מנות צו א צאל גדולי ישראל צווישן זיי דער שוואגער כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, דער מרא דאתרא הגאון רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק און הגאון רבי יעקב מאיר שטערן דומ"ץ קרית וויזניץ.
שפעטער אין טאג האט דער רבי אפגעראכטן דעם “משתה היין”, וואו טויזנטער חסידים זענען דורך מיט די קוויטלעך, להיפקד בדבר ישועה ורחמים מיט ישועות און בני חיי ומזוני. אינצווישן זענען אנגעקומען שליחים פון פילע גדולי ישראל איבערצוגעבן משלוח מנות פארן רבי'ן.
נאך א הפסקה מוצאי יום טוב האט מען ממשיך געווען די שמחת פורים מיטן טראדיציאנאלן “פורים שפיל”, וועלכער איז היי יאר געווען באזירט אויף א וואונדערליכע געשיכטע פון רבי שמואל מונקס, א חסיד פונעם צמח צדק פון ליובאוויטש, א מעשה וואס ברענגט ארויס די כח פון טון פאר אידן'ס וועגן מיט מסירות נפש. די שפיל איז אנגעפירט געווארן מיט גרויס טאלאנט דורך די משמחים און האט איבערגעלאזט א געוואלדיגער התעוררות ביים גאנצן עולם.
אין די נאכמיטאג שעות פון היינט שושן פורים זענען די ימי השמחה געשלאסן געווארן מיט נאך א דערהויבענעם טיש וואס דער רבי האט געפראוועט במשך פון גאנצע צוויי שעה. צווישן אנדערע האט מען געהערט דברי בדחנות דורכן משמח אלוקים ואנשים ר' מאיר שטיין הי"ו מעניני השעה איבער די גזירת הגיוס און די מלחמה מיט איראן.


























































































תגובות