איבערראשנדע בשורה אין חצה"ק ווערדאן: זיבן-מיליאן דאללער מקח אויף בנין אדיר פאר נייע ביהמ"ד אין הארץ פון בארא פארק
- Bechatzros admin
- 1 באפר׳
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' ויקרא • ג' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

חסידי ואוהדי בית ווערדאן אין בארא פארק נעמען אויף מיט אומגעהויערע שמחה די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה ווען עס איז געשלאסן געווארן דער מקח אויף צוויי שטחים רחבות ידים אין הארץ פונעם עיר ואם בישראל בארא פארק ווי עס וועט בעז"ה ווערן אויפגעבויט א נייע גיגאנטישע בנין וואס וועט דינען אלס אכסניה של תורה וחסידות פארן ווערדאנער הויף, תחת נשיאותו הרמה פון כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון בארא פארק.
היינט אויפדערנאכט ביים יארצייט טיש לרגל די הילולא קדישא פון אביו כ"ק אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זצ"ל, אינאיינעם מיט די סעודה לגומרה של תורה לרגל די הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן לעילוי נשמתו הטהורה האט כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א געבראכן די פרייליכע נייעס בשער בת רבים איבער די מקח וואס איז געשלאסן געווארן, און איבערגעגעבן די בשורה טובה אז מען האט שוין ב"ה געקלאוזט אויף די צוויי גרויסע בנינים וואס וועט בעז"ה דינען אלס פאסיגן אכסניה של תורה ותפילה על דרך אבותיו הקדושים, לבית נאדווערנע - ווערדאן.
די ווערדאנער בית מדרש אין בארא פארק וואס איז לעת עתה סטאנציאנירט אין א געדינגענע לאקאל, ארויס פון די היימישע געגענט, איז אין די לעצטערע יארן אויסגעשטיגן אלס א ווארעמע חסידישע הויף, און א פינת יקרת פאר חסידים ומבקשי השם, וואס טוהן זיך דערווארעמען לאורו הבהיר פונעם רבי'ן שליט"א, ביי די ווארימע תפילות און טישן.
אצינד האט די הנהלת הקהילה אין א מזלדיגע שעה געשלאסן קאנטראקט אויף א 'זיבן מליאן דאלערדיגע מקח' אפצוקויפן דעם דאפלטן שטח בטיבורה של עיר בארא פארק, אויף די 54'סטע גאס ביי די 15'טע עוועניו, וואס באשטייט פון א דאפלטער-בנין, וואס וועט אין די נאנטע צוקומפט בסיעתא דשמיא ווערן צוגערישט אויפצובויען א שפאגל נייע פראכטפולע ביהמ"ד לשם ולתפארת מיט אלע נויטיגע איינריכטונגען.







תגובות