top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בקודש הקדשים: פראווע-צימער פון האד' מסקווירא פראכטפול איבערגעבויעט און פארגרעסערט

  • Bechatzros admin
  • 21 ביולי
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 21 ביולי

מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: מערכת אנ"ש סקווירא - ניסן בייער

דורכאויס די לעצטע דריי וואכן בעת כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט זיך געפונען אויסערן שטעטל וויילנדיג אין קאליפארניע אויף אפרוה איז אונטערגענומען געווארן העפטיגע רענאוואציע ארבעט אין דעם נאסטאלגישן פראווע-צימער וואו הרה"ק מסקווירא זי"ע האט נאך אפגעראכטן זיין עבודת הקודש באחרית ימיו, ולאחריו בקודש טוט בנו וממלא מקומו דער רבי שליט"א ווייטער פראווענען זיין געהויבענעם עבודה אין דעם הייליגן שטוב, וואס דינט אלס תל תלפיות פאר מאסן אידן וואס דרייען זיך דורך דעם הויז טאג טעגליך.


בלויז עטליכע שעה נאכדעם וואס דער רבי האט פארלאזט ביתו נאווה קודש צום מקום הנופש אין קאליפארניע, איז דער פראווע שטוב גענצליך צענומען געווארן על מנת לבנות, איבערצובויען א גענצליך נייעם רחבות'דיגן פראווע- צימער וואס וועט צוגעבן הרחבת הדעת פארן רבי'ן שליט"א און די טויזנטער חסידים המסתופפים בצלו.


דער פראווע-צימער, זייענדיג נאך דער גענויער פראווע -צימער פון הרה"ק מסקווירא זי"ע מיט נישט מער ווי בלויז מילדע פאררעכטונגען, איז געווארן זייער ענג, איבערהויפט ביי די זמני כניסה בעפאר שמחות און ימים טובים און די כסדר'דיגע שמועסן פאר די בחורים, און עס האט זיך דרינגענד אויסגעפעלט אן אויסברייטערונג.


די בוי ארבעט אין לויף פון די לעצטע דריי וואכן, איז אנגעגאנגען אין פולן טעמפא כדי די פראווע-צימער זאל קענען זיין גרייט ווען דער רבי שליט"א קערט זיך אהיים פון קאליפארניע, און אצינד ווען די עושי המלאכה האבן פארענדיגט די בוי ארבעט, האט מען צוריקגעברענגט צום פריש איבערגעבויעטן פראווע-צימער, די טישן, ספרים און ספרים שענק מימיו פונעם סקווירא רבי'ן זי"ע.


דורכאויס די לעצטע וואען איז געווען א מחזה הוד מיטצוהאלטן, ווי די פרחי החסידים, פרובירן זיך צו קלאמערן ארום די אראפגעקליבענע שטיקלעך, זיך אוועקצולייגן לזכרון ולסגולה פון די אבני קודש וואס האט איינגעזאפט אין זיך די הייליגע עבודה פון די צדיקים לבית סקווירא.

ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page