top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דראמאטישע באשלוס דורך מועצת גדולי התורה: אגודת ישראל וועט פארלאזן די רעגירונג אין ליכט פון ביטערן "גזירות הגיוס"

  • Bechatzros admin
  • 5 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 14 ביולי

דאנערשטאג פ' נשא • ט' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


א היסטארישע אסיפת מועצת גדולי התורה איז אפגעהאלטן געווארן היינטיגן דאנערשטאג אין ליכט פונעם ביטערן גזירת הגיוס וואס איז ווי ברייט באקאנט עומד על הפרק, וואו די גדולי האדמורי"ם חברי מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל, האבן געמאכט די ענדגילטיגע החלטה, אז די חרדישע פארטייען מוזן זאפארט פארלאזן די רעגירונג נאכדעם וואס מען האט נישט באוויזן דורכצופירן א גיוס-געזעץ.


ביים כינוס המועצת וואס איז היינט פארגעקומען אין די אכסניא פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין מושב אורה בגלילות ירושלים, האבן זיך באטייליגט א טייל פון די חברי מועצת גדולי התורה, צווישן זיי: האדמורי"ם מגור, וויזניץ, באיאן, סערט וויזניץ, מודזיץ און האדמו"ר מביאלא וואס איז אויפגענומען געווארן אלס חבר המועצת אויפן ארט פון זיין פאטער כ"ק האדמו"ר מביאלא זצוק"ל פיל יעריגער חבר מועצת גדולי התורה.


דורכאויס די זיצונג האבן די אדמורי"ם געהערט א דעטאלירטע רעפארט פון די חרדישע פארטרעטער, וועלכע האבן ארויסגעברענגט די שווערע לאגע פון די בחורי הישיבות און אברכי הכוללים אין שאטן פון דעם גזירות הגיוס, נאך וואס דאס ציוניסטישע געריכט האט פארארדענט זאפארט צו אינפארסירן די ביטערע גזירה, און די מוסדות התורה האבן פארלוירן מערערע רעגירונגס הילף פראגראמען, בלויז פאר דעם איינעם חטא פון זיך נישט רעקרוטירן צום מיליטער, וואס דאס איז אויסער די געלט סאנקציעס וואס איז אין די לעצטע מינוט צוגעלייגט געווארן צום חוק הגיוס.


די גדולי האדמור"ים האבן מטכס עצה געוועהן און געקומען צום געמיינזאמע החלטה אז מען וועט נישט איינגיין אויף קיין שום פשרות חלילה, און די איינציגע אפציע לעת עתה איז, אז די חרדישע חברי הכנסת זאלן פארלאזן די קאאליציע  און אויפלעזן די רעגירונג.


צום שלוס פון די אסיפה, האט דער מזכיר המועצת הרב יעקב וואלצער איבערגעגעבן חוות דעתם פון די חברי המועצת וועס זענען געוועהן אפוועזנד האדמור"ים מבעלזא, צאנז, סלונים און ערלוי, און האבן צוגעשטימט צו די החלטה ביים אסיפה. דאן האט דער מזכיר פארגעליינט די החלטת המועצת, ווי פאלגענד: "לעם היושב בציון בכלל ולציבור החרדי בפרט, החליטו מועצת גדולי התורה, שאין ראוי יותר לשבת בממשלה הנותנת יד לרדיפת עולם התורה והפרה של סיכומים. ומורה לחברי הכנסת של אגודת ישראל להביא חוק מיידי לפיזור הכנסת".

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page