דאנערשטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: מאיר אדרי
צענדליגע חסידי זוועהיל, תומכי ומחזיקי המוסדות, האבן די וואך מיטגעלעבט א גייסטרייכע נסיעה קיין אונגארן, אין שפיץ פון מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א. דער רבי איז שוין ארויסגעפארן קיין קערעסטיר פארלאפענעם זונטאג פ' תולדות און האט זיך אויפגעהאלטן עטליכע טעג אויף אפרוה אין קערעסטיר.
דאנערשטאג נאכמיטאג איז די שיירה פון די חסידים און נגידים אנגעקומען קיין קערעסטיר, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט א נארהאפטיגע סעודה כיד המלך פאר'ן גאנצן ציבור. פרייטאג צופרי האט מען געדאווענט שחרית אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א אין 'רבי ישעי'לעס הויז' און נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער ביים רבי'ן שלום נעמען. דערנאך איז געווען צוגעשטעלט א נארהאפטיגע פת שחרית און דער ציבור האט זיך ארויסגעלאזט צום שטאט אוהעל אין שפיץ פון רבי'ן שליט"א און פוקד געווען דעם ציון הק' פון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע. אנקומענדיג צום ציון הק' האט דער רבי אויפגעטראטן מיט דברי כיבושין און ארומגערעדט במשנתו פון הייליגן ישמח משה און דערנאך פארגעזאגט פרקי תהילים בהשתפכות הנפש.
נאכן מעמד התפלה אין אוהעל, האט זיך דער ציבור צוריקגעקערט קיין קערעסטיר ווי מען האט מעביר סדרה געווען שנים מקרא ואחד תרגום צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א. דערנאך איז געווען א געלעגנהייט אריינצוגיין מיט קוויטלעך אל הקודש פנימה ביין רבי'ן שליט"א וועלכע האט אויפגענומען דעם ציבור אינעם הייליגן 'קוויטל שטוב' פון רבי ישעי'לע זי"ע.
אין די נאכמיטאג שעות איז געווען צוגעשטעלט טועמי' מיט א ברייטקייט און ביים זמן הדלקת הנרות האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה אין רבי ישעי'לעס הויז. צווישן קבלת שבת און מעריב האט אויפגעטראטן דעם רבינ'ס ברודער הגה"צ ר' יעקב לייב גאלדמאן שליט"א אב"ד זוועהיל בני ברק. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט שבת און דער רבי איז פארבליבן אין ביהמ"ד און פארגעלערנט די וועכענטליכע שיעור קבוע אין ספה"ק אור אברהם.
פרייטאג צונאכטס איז דער רבי אריינגעקומען אין דעם ספעציעלן צוגעגרייטן זאל ווי די סעודות זענען פארגעקומען און אנגעהויבן דעם טיש פון שלום עליכם, דערנאך האט דער רבי קידוש געמאכט און ממשיך געווען צו עסן די סעודה צוזאמען מיטן ציבור. במשך די סעודה האבן אויפגעטראטן עטליכע פון די חברי הנהלת המוסדות.
נאכ'ן סעודה האט דער רבי פארגעלערנט א שיעור אין אור החיים הקדוש, מתובל בסיפורי צדיקים ודברי הדרכה, און שפעטער האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שבת און דער רבי האט זיך עטליכע מאל אויפגעשטעלט טאנצן בהתלהבות עצומה ביז ארום איינס אזייגער ביינאכט.
שבת צופרי נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א קידושא רבא און אויפגעטראטן מיט דברות קודש. אויך האט אויפגעטראטן הרה"צ ר' אברהם רובין שליט"א אב"ד קערעסטיר. נאכן קידוש האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה עתיקא קדישא און געגעסן די סעודה צוזאמען מיטן ציבור. די סעודת שבת איז פאראיבער מיט גרויס דערהויבענקייט און מ'האט געענדיגט הארט פאר'ן שקיעה ווען מ'האט זיך באלד געשטעלט דאווענען מנחה. נאך מנחה האט דער רבי אפגעראכטן שלש סעודות מיט גרויס דערהויבענקייט.
די קלימאקס פון די נסיעה איז געוויס געווען, די רירענדע מעמד 'השפעות הפרנסה' וועלכע איז פארגעקומען מוצאי שבת ביים ציון הק' פונעם היליגן רבי ישעי'לע אין שפיץ פון רבי'ן שליט"א. אנקומענדיג צום ציון האט דער ציבור געזאגט 'ויתן לך' צוזאמען מיטן רבי'ן. דאן האט דער רבי אויפגעטראטן מיט דברי כיבושין און ארויסגעברענגט די עת רצון אין וואס מ'געפונט זיך אצינד שטייענדיג ביים ציון הק' פונעם הייליגן רבי י'עשי'לע וועלכע האט משפיע געווען פרנסה פאר אידישע קינדער. דאן האט דער רבי פארגעזאגט עטליכע פרקי תהילים מיט גרויס התעוררות.
נאכן מעמד איז דער ציבור אריבער ביים רבי'ן און ערהאלטן א לעדערנע 'פיטום הקטורת' אויף קלף, כאות הוקרה פאר'ן שטיין צו די האנט פון די מוסדות ברוח נדיבה. דערנאך האט זיך דער ציבור ווידער פארזאמעלט אין זאל, ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת מלוה מלכה אין שפיץ פון רבי'ן וועלכע האט דערציילט סיפורי קודש. אויך האט אויפגעטראטן הרב גדלי' משה גאלדמאן בן הגה"צ גאב"ד זוועהיל בני ברק שליט"א, נאך מלוה מלכה האט דער רבי פארטיילט כוס של ברכה פאר אלע משתתפים.
זונטאג ראש חודש האט מען געהאט די זכיה צו דאווענען הלל און מוסף מיטן רבי'ן שליט"א. נאכן דאווענען איז מען ארויסגעפארן צום שטאט קאלוב און פוקד געווען דעם ציון הק' פונעם הייליגן רבי איזיק'ל קאלובער זי"ע, ווי מ'האט געזאגט פרקי תהילים בהתעוררות רב. נאך אמרית תהילים האט דער רבי געזעגענט דעם ציבור א לענגערע צייט און פון דארט האט זיך דער ציבור צוריקעגקערט קיין ארה"ק מיט פולע באגאזשן פון ישועות ורפואות.
Comments