אלפי חסידים ביים שמחת נישואין פון נכד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פארגעקומען אין וויליאמסבורג
פרייטאג פרשת וישלח • י"ז כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשווסקי
בשמחה ובצהלה האבן חסידי סאטמאר זיך מיטגעפריידט ביי די שמחה הרוממה, שמחת נישואין פון נכד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בעל לב אהרן וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם מאנטאג בקול רנה והמון חוגג אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף הופפער סט. אין וויליאמסבורג.
בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה החתן א זון פונעם רבינס איידעם הגה"צ ר' יוסף רוקח שליט"א רב ביהמ"ד בית חיים יעקב אין קרית יואל, זון פון הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א, חתן הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' יעקב שרגא פייוויל זינגער שליט"א אבד"ק אלכסנדר וויליאמסבורג, זון פון הגה"צ אבד"ק וראש ישיבת אלכסנדר שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א, אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א.
מאנטאג פארנאכטס האט זיך אנגעזען דער שטראם פון מאסן חסידים מיט שטריימל-בעקיטשע, צום היכל ביהמ"ד הגדול דסאטמאר, מיטצוהאלטן די חתונה הגדולה. נאך תפלת המנחה איז דער ציבור דורך כבני מרון, מקבל צו זיין מברכותיו פונעם רבי'ן שליט"א בעת משוש, ווען דער רבי שליט"א האט יעדן געבענטשט אויפן קאפ. שפעטער איז דער רבי שליט"א מיט די שושבינון ערשינען אין היכל ביהמ"ד הגדול צום "קבלת פנים" ביי וועלכן מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות במשך א לענגערע וויילע.
דאן האט מען געהערט די ווארעמע חרוזים פון מוה"ר משה יושע ווייס הי"ו, און א סקרוך איז דורך אין די ביינער הערנדיג די נעמען פון די צדיקים קדושי עליון שרפי מעלה זי"ע, פון וועמען חתן וכלה ציען דעם געהויבענעם יחוס.
דער רבי שליט"א האט געטרונקן לחיים און געוואונטשן פאר'ן חתן, זיידעס און מחותנים, און דאן משמיע געווען דברות קודש מעניני נישואין. באימה ופחד האט דער רבי שליט"א דערמאנט די הייליגע זיידעס שרפי מעלה זי"ע פון וועמען חתן וכלה ציען דעם יחוס, וואס מ'גלייבט די ווערטער פונעם זוה"ק אז זיי געפונען זיך איצט דא, וגדולים צדיקים במיתתן, וועלן זיי זיכער אצינד משפיע זיין כל מיני ישועות אין וואס אידן נויטיגן זיך.
דערנאך זענען דער חתן ושושבוניו אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א אריבער צום באדעקן אין דערנעבנדיגן "קראסנער זאל" און אינצווישן האט דער ציבור זיך פארזאמעלט פארנט פון ביהמ"ד צום מעמד החופה.
בשעת די חופה אינצווישן איז ערשינען דער געהויבענער עלטער-זיידע פון די כלה כ"ק אדמו"ר הישיש מסטריזשוב שליט"א וועמען דער רבי שליט"א האט אויפגענומען מיט גרויס התרגשות, און איז נתכבד געווארן מיט "סידור קידושין". די "עדי קידושין" זענען געווען הרה"ג רבי יואל קאהן שליט"א מו"ץ ויו"ר ועד העירובין בקרית יואל, און הרה"ג רבי יואל שווארץ שליט"א מו"ץ בביהמ"ד "בנין געלבשטיין" דסאטמאר אין וויליאמסבורג. מיט "קריאת הכתובה" איז מכובד געווארן הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א. מיט די "ברכות ראשונות" דער זיידע הגה"צ אבד"ק ור"מ אלכסנדר שליט"א, און מיט "ברכה אחריתא" דער עלטער-זיידע כ"ק הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א. נאכ'ן מעמד החופה האט דער רבי שליט"א געוואונטשן ברכות צדיק לכל העם הנאספים, און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים לכבוד די שמחה הרוממה.
קורץ נאך תפלת מעריב איז דער רבי שליט"א ערשינען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו די סעודת נישואין, ביי וועלכן מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני שמחה ודביקות.
דער חתן שליט"א איז ערשינען אין ביהמ"ד, און האט גלייך זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב מיטן גרויסן זיידן דער סאטמארער שליט"א וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע, זייענדיג ממשיך מיט די אנדערע געהויבענע זיידעס און מחותנים שליט"א, ובפרט מיטן עלטער-זיידן כ"ק גאב"ד טערצאל שליט"א זייענדיג א זמן מרוגש ביי די חתונה פונעם עלטסטן דור רביעי בשטומ"צ.
שפעטער פאר'ן בענטשן האט מפאר געווען בראש המסובין דער גרויסער עלטער-פעטער כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א צוזאמען מיט אחיו הגה"צ דומ"ץ פאפא שליט"א, ווערנדיג מכובד צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך במיוחד מיטן זיידן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. אזוי האבן זיך משתתף געווען נאך רבנים ואדמורי"ם, צווישן זיי דער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, דער פעטער הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א אבד"ק מכלל יופי וחבר בד"ץ קיט:ל ד'סאטמאר און נאך.
במשך די ריקודין איז אנגעקומען זיך משתתף זיין דער געהויבענער גאסט כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, וועלכער האט אפגעגעבן דעם ברכת מזל טוב בביתו נאוה קודש פון רבי'ן שליט"א נעבן ביהמ"ד, וואו עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
צו די באשטימטע צייט האט מען געענדיגט טאנצן, און מ'האט צוגעגרייט דעם ביהמ"ד צו די מצוות ריקודין. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ אבד"ק קארוב שליט"א, מיט די "ברכות ראשונות" דער פעטער הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15-'טע עוו. שליט"א, און מיט "ברכה אחריתא" דער געהויבענער זיידע הגה"צ מקאזלאוו-מאנסי שליט"א.
גלייך נאכ'ן בענטשן האט מען צוגעטרעטן צום מצוה טאנץ, ביי וועלכן מ'האט צום ערשטן מאל נישט אפגעהאלטן קיין לענגערע גראמען, נאר א לענגערע צייט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות מיט א געוואלדיגן התרגשות, ווערנדיג נאכגעצויגן דעם התרגשות ביים ראש בית אב דער רבי שליט"א בעת דער המשכת הדורות ביים יונגסטן קינד למזל טוב. נאכ'ן וואונטשן לחיים פאר'ן חתן און מחותנים, האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן דעם עבודת הקודש ביי די ריקודין לפני הכלה, און מאריך געווען מיט די ריקודין מיט אן התלהבות און רגש דקדושה, בעת ווען דער ציבור ארום פון אלע זייטן הייבן זיך מיט שמחה של מצוה.
דער רבי שליט"א האט דערנאך ממשיך געווען די ריקודין מיטן חתן, און שפעטער אריינגענומען דעם אבי החתן שליט"א טאנצנדיג הין און צוריק מיט א חיות דקדושה. שפעטער זענען אריינגעקומען אינעם רינג די בני משפחה פונעם אבי החתן שליט"א, און דערנאך דעם רבינס קינדער הרבנים וואס איז געווען א מחזה הוד.
אינצווישן האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיוחד מיט אחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15-טע עוו. שליט"א, און דער רינג האט זיך פארברייטער מיט די בני משפחת המלוכה, אייניקלעך פון רבי'ן שליט"א בני שלשים ובני רבעים, צוזאמען מיט נכדי אביו הרה"ק בעל הברך משה זי"ע, מיט וועמען דער רבי שליט"א האט מאריך געווען צו טאנצן מיט א געוואלדיגן התרגשות.
נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן פאר חתן וכלה, האט מען ממשיך געווען מיט די שמחה, ווען דער בדחן מוה"ר משה יושע ווייס הי"ו האט טאלאנטפול אויסגערופן דעם געהויבענעם עלטער-זיידן הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א, די אנדערע געהויבענע זיידעס און מחותנים שליט"א, ווען אינצווישן האבן אויך געטאנצן די בני משפחת המלוכה, קינדער און איידעמער פונעם רבי'ן. אין א שפעטע שעה איז די חתונה פארענדיגט געווארן, איבערלאזנדיג געהויבענע שמחה'דיגע הרגשים ביי די אלפי המשתתפים.

























































































































































































תגובות