קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פרשת וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש
האדמו"ר מראחמיסטריווקא וועלכע איז צוגאסט אין מאנסי אין א ליבליכע פאטערליכע שמועס צו א בר מצווה בחור, איבער די חומר הענין אויסצורעדן חלילה מיט די תפילין.
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ביי די שמחת שבע ברכות בבית דודו האדמו"ר מסאטמאר, וועלכער האט אים ווארעם ענטפאנגען און ארומגעשמועסט מיט גרויס חביבות.

האדמו"ר מצאנז קלויזענברג ביים גלעטן הילד זון פון האדמו"ר מליזענסק בארא פארק מיט זיין ליבליכן שמייכל, ביים שמחת השבע ברכות בבית קרית צאנז ירושלים - ליזענסק.

הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א ביים אנוואונטשן אחיו הצעיר, הגה"צ ר' יעקב מרדכי שליט"א, אבד"ק וויזניץ בארצות הברית וקאנאדע, לרגל זיין התמנות די וואך.

האדמו"ר מלעלוב ווערט באגלייט דורך אחיו הצעיר ויד ימינו הגה"צ רבי שמעלקא בידערמאן שליט"א מלעלוב לאנדאן, נאך א שבע ברכות פון אן אייניקל די וואך.

צום התמנות פון הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א בנו הצעיר פון האדמו"ר מוויזניץ אלס רב ואבד"ק דחסידי וויזניץ אין ארצות הברית וקאנאדע שווימט ארויף א בילד פונעם רב'ס בר מצוה אין יאר תשנ"א.

ביים היסטארישן כינוס בחצר הקודש גור לטובת איחוד מוסדות גור, איז צום ערשטן מאל אנטפלעקט געווארן א זעלטן אויל-געמאלן בילד, אנגעבליך דמות דיוקנו פון הרה"ק בעל חדושי הרי"ם זי"ע, בשעת'ן שמאכטן אין א רוסישע תפיסה.

ראש הישיבה הגאון הגדול ר' דוב לאנדא שליט"א, אין אן אייגנארטיגער ריקוד מיט נכדו החתן ביי די חתונה די וואך.

האדמו"ר מוויזניץ באדאנקט זיך פאר די הצלה לייט וועלכע זענען אנוועזנד געווען בעת דער רבי האט מתפלל געווען על קברי אבותיו אויפן הר הזיתים.
דברים כהווייתן פון האדמו"ר מפארשעי ביים וועכנטליכן חומש רש"י שיעור פארלאפענעם ליל שישי.
האדמו"ר מבאבוב 45 איז זיך מפלפל מיט די תלמידי ישיבה גדולה טעלז אין שיקאגא, נאכ'ן איבערגעבן א טיפזיניגן שיעור כללי בהיכל הישיבה.

הגה"צ ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א, דומ"ץ סאטמאר סאוט 8, ביים וואונטשן מזל טוב פאר הגה"צ ר' יעקב בער טייטלבוים שליט"א, אבד"ק סיגעט ביים חתונה פון בתו הכלה די וואך.

מאסיווע הכנות צום גראנדיעזן מעמד הודאה כ"א כסלו בחצר הקודש סאטמאר אויפן גיגאנטישער שטח ביים וואטערפראנק סקווער אין וויליאמסבורג.
די ווערטער "דידן נצח" אויף א מילך-פלעשל פון דבש, אפצייכנענדיג דעם דאטום פון ה' טבת, ווען חסידי ליובאוויטש פייערן דעם געווינס אין די קעיס פון די היסטארישע ירושה ספרים.

גאסן פאטאגראפירער ברוך שווארץ אין א שמועס מיט בני האדמו"ר מסקווירא ביים חנוכת הבית פארן נייע ׳חסד נעוריך - דריעם האוז׳ דורך חסד 24/7.
די מיטאלאגישער מערקאטאר גאס אין אנטווערפן פארשווארצט מיט טויזנטער חסידים ביים מעמד החופה די וואך בחצר הקודש פשעווארסק.

א שיעור כללי אין ענווה: "איך בין נישט דער רבינו הגדול און גארנישט" – מבהיל'דיגע ענווה פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א, וועלכער האט זיך שארף אנטקעגנגעשטעלט די טיטלען וואס האדמו"ר מדזיקוב גבעת זאב האט געזאגט אויף אים ביים מעמד "אור עולם" וואס איז אפגעראכטן געווארן במעונו פונעם ראש הישיבה במעמד גדולי ישראל שליט"א.
האדמו"ר מסאטמאר אין א פריינטליכן שמועס מיט הנגיד החסיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו, מראשי ק"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג און בעל האכסניא פון האדמו"ר מפינסק קארלין אין וויליאמסבורג, בעת דער באזוך דורכן פינסק קארלינער רבי'ן ביים רבי'ן די וואך.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא אין א ריקוד נלהב מיט איש אמונו הנגיד החסיד ר' דוד מרגליות הי"ו, ביי די חתונה די וואך פון בנו החתן אין די שטאט לאנדאן.
הגה"צ אבד"ק סיגעט שליט"א אין א ריקוד מיט הנגידים החשובים, ר' יואל לאנדא הי"ו און ר' ליפא פרידמאן הי"ו, די עמודי התווך פון ק"ק ומוסדות סאטמאר ברחבי תבל, ביי די שמחת החתונה פון בתו הכלה די וואך.

האדמו"ר מסאדיגורא קוקט זיך אום אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין די אוק ענד וויין געגענט נאך א באזוך ביי אדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין.

ביים מעמד פדיון פטר חמור אין חצה"ק קהל חסידי ירושלים ווערט באמערקט ווי איינער פון די משתתפים פיטערט אן דאס לעמעלע מיט גראז.

האדמו"ר מוויזניץ מערקט "קרישקעס" אין די קארידארן פון די תל השומר שפיטאל נאכן מבקר חולה זיין ביים משב"ק הרב יוקל ווייס הי"ו.

הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו משב"ק אדמור"י בית סאטמאר אין א שמועס מיטן פילאנטראפ הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו ביים שבע ברכות וואס דער נדיב האט צוגעשטעלט לכבוד די שמחה במעונו פון האדמו"ר מסאטמאר געווידמעט פאר די יתומים אין די קהילה.

האדמו"ר מפינסק קארלין אין א שמועס מיט הרב ירמי' טייטלבוים שליט"א, מנהל מוסדות ייטב לב, הנגיד ר' שמעון ישראל פערלמוטער און הנגיד ר' יחזקאל סטרולאוויטש, אינאיינעם מיט זיין בעל אכסניא הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש, נאכן באזוך ביי האדמו"ר מסאטמאר אין וויליאמסבורג.

הנגיד החסיד ר' בערל ווייס הי"ו, פון לאס אנדזשעלעס, ביים וואונטשן מזל טוב פאר האדמו"ר מסאטמאר ביי די גרויסע סאטמארער חתונה די וואך זונטאג אין בארא פארק.

פארלאפענע וואך, נאך וואס האדמו"ר מסאטמאר האט זיך אומגעקערט פונעם מקום הנופש אין נארט מיאמי, פלארידע, האט דער רבי שליט"א תפילין געלייגט פאר 26 בר מצוה בחורים, וועלכע זענען געווארן בר מצוה אין דער תקופה וואס דער רבי שליט"א האט זיך געפונען אין פלארידע.

מייסטער פאטאגראפיסט ר' יוסף גאלדבערגער מיט א מאיעסטעטיש בילד פון האדמו"ר מזידיטשויב פרעמיסלא בשעת א מצוה טאנץ, מיט א תנועה וואס דערמאנט אין זיין געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר הגה"ק מטאהש זי"ע.

הרב ישראל יוסף פרערויא, משב"ק האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג, איז משמש דעם רבי'נס שוואגער, גאב"ד קרית צאנז ירושלים, פארלאפענעם שבת ביי שלש סעודות אין בית המדרש הגדול צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק, וואו ס'איז פארגעקומען די שבת שבע ברכות פון אן אייניקל ביים רב שליט"א.

ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א, אין א לומדישן שמועס איבער דעם אינצידענט פארלאפענעם חול המועד מיט דעם פליי דובאי פליגער, צו דער פלאמבער האט זוכה געווען אין די פליגער און רענצלעך מדין מציל מזוטו של ים.
רבינו שואג בקול גדול: נאך פון די פרייליכע ריקודין ביים סעודת הילולא רבתי פונעם הייליגן בת עין זי"ע בצלו פון המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.
נייער ספר "אהלי יעקב" דורך הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א ערשינען לאור עולם לרגל השמחה במעונו, אנטהאלט די דרשות וואס דער רב האט איבערגעגעבן אין "מתיבתא תורה ויראה", ארויסגעגעבן דורך די תלמידים החביבים, מהודרת ליפא פריעדמאן.

האדמו"ר מסאטמאר אין א ריקוד מיט די אייניקלעך און אור אייניקלעך, זרע ברך ה', ביים גרויסן סאטמארער חתונה דעם זונטאג אין שטאט בארא פארק.
האדמו"ר מסטיטשין מערקט "קרישקעס" אין א שמועס מיט'ן יונגן נגיד ר' אברומי זופניק הי"ו נאכ'ן מסיבה לנגידים פארלאפענעם מוצאי שבת אין שטוב פון הנגיד ר' שלמה פעדער אין וויליאמסבורג, לטובת די קרן הבנין פון די נייע סטיטשינער בית המדרש.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי ביים אנצינדן א מדורה אויפ'ן דאך פונעם ציון הקדוש אין אתרא קדישא מירון לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
האדמו"ר מטאהש אין א שמועס מיט העסקן ר' יוסי געשטעטנער הי"ו, א תלמיד אין די ישיבה אין קרית טאהש, בעת א באזוך פארלאפענע וואך ביי שאר בשרו האדמו"ר מפארשעי.

האדמו"ר מוויזניץ אין א ריקוד מיט מקורבו הרה"ח ר' בערל מרדכי דאסקאל הי"ו, ביי די שבע ברכות וואס דער רבי האט צוגעשטעלט לכבודו אלס אנערקענונג און הכרת הטוב, פאר'ן שטיין צו די האנט במשך אלע צייטן, בפרט אין די יארן וואס דער רבי האט ליידער גולה געווען מעל שולחן אביו.
הונדערטער סאטמארער בעלי בתים הארעווען אין לערנען אין ראם פונעם יום שכולו תורה דורך 'תורתך שעשועי' אינעם היינטיגן חגא.
לאנגע רייען שלענגלען זיך פארנט פון בית נאוה קודש פון האדמו"ר מסאטמאר ברחובה של עיר וויליאמסבורג, ביום החופה פונעם רבי'נס אייניקל, וואו דער רבי האט לכבוד די שמחה פארטיילט ריזיגע געלטער פאר הונדערטער גבאי צדקה.
האדמו"ר מסקאליע אין א תורה'דיגע שמועס מיט גאב"ד קרית צאנז ירושלים באזוכנדיג אין זיין אכסניא בבית הנגיד ר' יחזקאל שימון הי"ו אין בארא פארק.

דער אהבת ישראל פון האדמו"ר מסטיטשין צייגט זיך ארויס מיט אירע שענסטע קאלירן, בעת דער רבי האט אנגעטראפן א באקאנטן דעם מוצאי שבת ביים מלוה מלכה בבית הנגיד ר' שלמה פעדער אין וויליאמסבורג, לטובת דער קרן הבנין פון די נייע סטיטשינער בית המדרש.

האדמו"ר מסאדיגורא שפאצירט אין די סאוט פאולסבורג קאנטרי, וואו דער רבי שליט"א האט געוויילט דעם שבת אויף א שבת התאחדות מיט חסידי סאדיגורא פון אמעריקע.

האדמו"ר ממעזיבוז איז שופך שיח ביים ציון הקדוש פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע.

ויקרא בהם שמי: נדבן הרוצה בעילום שמו פראקלאמירט ביישטייערונג פון 300 דאלאר פאר יעדן וואס טראגט דעם נאמען "יחזקאל שרגא" נאך הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע צו די הילולא קדישא ו' טבת.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא איז עוסק בתורה אויפ'ן פליגער קיין לאנדאן, וואו דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן די וואך לרגל החתונה בבית אחד ממקורביו.

הנגיד ר' שלמה פעדער הי"ו ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האדמו"ר מסאטמאר ביים שבע ברכות וואס הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו האט צוגעשטעלט לכבוד די שמחה במעון קדשו פונעם רבי'ן, געווידמעט פאר די יתומים אין די קהילה.

האדמו"ר מסאטמאר אין א ליבליכן שמועס מיט אחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א ביי א משפחה שמחה די וואך.

המשפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, אין א טאנץ מיט'ן ענערגישן איש החסד ר' מאטי האכמאן הי"ו, פון די כלל מידיא שטאב, ביים גראנדיעזן ש"ס אידן סיום די וואך אין ארץ ישראל.
פארכטיג בילד פון האדמו"ר מסאטמאר ביי די חופה דעם זונטאג פון אן אייניקל אין בארא פארק, אנגעכאפט מיט'ן הייליגן שטעקן פונעם פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס דער רבי שליט"א האט ערהאלטן אין די לעצטיגע ירושה צוטיילונג מעזבון אביו הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע.

הגה"צ רבי מנחם נחום קאהן שליט"א, אבד"ק תולדות אהרן גבעת ירושלים בית שמש, ווערט געבענטשט דורכ'ן פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שכטער שליט"א, לרגל די חתונה פון א קינד.

התעוררות'דיגע מאמענטן די וואך ביים מעמד החופה פון אן אייניקל ביי האדמו"ר מוויזניץ, פארגעקומען ברחובה של עיר בני ברק.
האדמו"ר מסטיטשין ביים פארזאגן קבלת עול מלכות שמים בקול שאגת ארי ביים גרויסארטיגן סטיטשינער שבת אין וויליאמסבורג די וואך פרשת ויצא.
צענדליגער רעקארדירונג מאשינקעלעך ביים אפכאפן דעם שיעור כללי וואס האדמו"ר מבאבוב 45 האט איבערגעגעבן אין ישיבת עץ חיים אין שיקאגא.

העסקן הרב דוד חיים הערמאן הי"ו פון שיכון סקווירא, אין א שמועס מיט די ברידער הרבנים שליט"א, בני האדמו"ר מסקווירא ביים חנוכת הבית פארן נייע ׳חסד נעוריך - דריעם האוז׳ דורך חסד 24/7.

האדמו"ר מסאטמאר באטראכט די טאוול אויפ'ן וואנט פון די סאטמארער בית המדרש אויף 36 אין בארא פארק, מיט די נעמען פון די מתפללי בית המדרש וועלכע האבן מוזיל געווען מכספם לטובת די הרחבת גבולי הקדושה פונעם בית המדרש.

האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן איז מתפלל ביים ציון פון הרה"ק רבי ישראל מטשארטקוב זי"ע אין שטאט וויען, עסטרייך, בעצם יומא דהילולא.
הערליכע אויסלייג דורך די התאחדות הרבנים קערפערשאפט ביים שמחת החתונה בבית העסקן הרב ליפא קליין הי"ו, יושב ראש מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים.

הרה''צ רבי מאיר ארי' לייב ראזנבוים שליט''א מקרעטשניף ב''פ פאטש מיט די האנט ווען זיין צווילינג ברודער האדמו''ר מקרעטשניף סיגעט קאנאדא טאנצט מיטן שוואגער אבי החתן.

רוסישער הויפט רב הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א באזוכט ביים געוועזענער וואוינארט אין קאלינינגראד פונעם יאפאנעזער אמבאסאדאר קיין ליטא ביים קריג טשיאונא סוגיהארא, וועלכער האט געגעבן סערטיפיקאטן פאר טויזנטער צו אנטלויפן קיין יאפאן.

חנוך לנער: אינטערעסאנטע תורה'דיגע ידיעות בשייכות צו די צדיקי בית סקאליע אהערגעשטעלט אינעם וועכנטליכן גליון פאר ילדי סקאליע.

ספעציעלער בריוו פון די משמשים בקודש ביי האדמו"ר מוויזניץ לרפו''ש, איבער דעם רבינ'ס בקשה צו מכתיר זיין בנו הצעיר הגה"צ ר' יעקב מרדכי שליט"א אלס רב ואבד"ק דחסידי וויזניץ בארצות הברית וקאנאדע.

ראש הישיבה, הגאון הגדול רבי דב לאנדא שליט"א, טרעט אויף מיט דברי ברכה דורך א הוק-אפ צום גראנדיעזן כינוס וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין שטאט לאס אנדזשעלעס לטובת דער קרן עולם התורה.
הגה"צ ר' זלמן לייב פילאפף שליט"א, אבד"ק מכלל יופי וחבר בד"ץ קהל ייטב לב ד'סאטמאר, באטייליגט זיך ביים שמחת החתונה די וואך בחצר הקודש סאטמאר אין גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אויף הופער סטריט אין וויליאמסבורג, וואו ער איז געווען א פעטער ביי די שמחה.
האדמו"ר מסאטמאר מערקט "קרישקעס" אויף די וויליאמסבורגער גאסן, מלובש בבגדי שבת, שטייענדיג אין די שבעת ימי המשתה פון אן אייניקל. אינעם הינטערגרונט ווערט געזעהן די נייע פראכטפולער בנין בית רחל "בנין מאנדל" פון די סאטמארער מוסדות אין וומסב"ג.
אומגעווענליכן אויפטריט בעת א דינער לטובת קרן עולם התורה אין לאס אנדזשעלעס, ווען דער אכסניא עפנט א דירעקטן שמועס מיט'ן פילאנטראפ ר' ראובן וואלף הי"ו פארזיצער פון קרן עולם התורה און אים געפרעגט וויפיל ער איז מנדב. דער נגיד האט נישט געטראכט קיין צוויי און געענטפערט: "איך גיב 7 מיליאן דאלאר דורכאויס איין יאר!" גלייך דערנאך האט זיך אנגערופן נאך א נדבן בעילום שם מיט א מיליאן דאלאר, און דער דינער האט אין עטליכע סעקונדעס דערגרייכט דעם סומע פון 8 מיליאן דאלאר.
.
האדמו"ר מסאטמאר אין א פייערדיגן ריקוד מיט'ן שוואגער גאב"ד סאטמאר מאנסי, ביים גרויסן סאטמארער חתונה דעם זונטאג אין שטאט בארא פארק.
שלוחא דרבנן העסקן הרב אליקים שטארק, חבר הכנסת מטעם קהל מחזיקי הדת בעלזא, באטראכט די געניאלע קינדער מנורה אהערגעשטעלט דורך די לחיים פראדוקשענס, ווערנדיג געצייגט דורך דעם אייגנטימער, ר' יוסף משה כהנא הי"ו.

האדמו"רים מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי און לעלוב, אין א שמועס אויפ'ן טעראסע בבית נאוה קודש פונעם פאר הדור, הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א.

ביי דער שטורעמישער מחאה דעם זונטאג אין ירושלים, קעגן די אררעסט פון א חתן בלויז צען טעג פאר זיין חתונה, האט מען אויפגעשטעלט א ספעציעלע "חופת מחאה", ארויסצוברענגען די שרעקליכקייט פון דעם נידריגן פארברעכן.

הנגיד ר' ישעי' בערנאטה הי"ו, מראשי חברה ההצלה, ווערט באמערקט אין שמועס מיט הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אויפן בית החיים אין צפת, נאכן עליה לציון פונעם הייליגן בת עין זי"ע, וואו ער האט מזכיר געווען חולי ישראל.

ספעציעלע עיר קאנדישאן רערן זענען אריינגעצויגן געווארן אין דער אונטערערדישער מערה ביים ציון פונעם הייליגן בת עין, אינעם אלטן בית החיים בעיה"ק צפת, צו פארגרינגערן די היץ פאר די אלפי מתפללים.

געניט אויג באמערקט הגה''צ אבד''ק סאטמאר ירושלים שליט''א מעיין זיין אין א קאפי פון ספה''ק מאור ושמש, בעת מ'האט געווארט צום בענטשן ביים חתונה הגדולה בחצר הקודש סאטמאר.

הכנות צום היינט נאכט'יגן שבע ברכות רבתי בבית הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א אין די קראון פלאזא האטעל אין מאנסי, צוגעשטעלט דורך די מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר אין מאנסי.
א ריזיגער שאטער איז אויפגעשטעלט געווארן דורך "רענטאסטיק" נעבן דעם נייעם וויזניצער שטיבל "אור מרדכי" אין שכונת יוניאן אין מאנסי, צום גרויסן שבת בצל האדמו"ר מוויזניץ מאנסי.

די וועיז אפליקאציע מעלדט איבער טראפיק אויף די בארא פארק'ער גאסן צוליב די מעמד החופה בחצר הקודש באבוב 45.

האדמו"ר מטאהש אין א שמועס מיט הגה"צ אבד"ק לימנוב שליט"א, וועלכער האט אויפגעטרעטן אלס נואם הכבוד ביי א דינער דעם מוצאי שבת לטובת די טאהשער מוסדות.

דער סיגוטער ביהמ"ד און דירה פון הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א הערליך באצירט לכבוד השמחה במעונו.

וועלט-בארימטער מגיד שיעור ר' אלי' סטעפאנסקי הי"ו, מיט א מעשה רב פונעם גרויסן גאון הרב שטיינמאן זצ"ל בשעת א שיעור די וואך.







תגובות