גבעתיים: טויזנטער אידן שטראמען צום ציון הק' פון הרה"ק משטעפינעשט זי"ע ביומא דהילולא
- Bechatzros admin
- 28 ביולי
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 28 ביולי
מאנטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דובי קורן, שפ"ה, JDN
טויזנטער אידן פון איבער גאנץ ארץ ישראל האבן אנגעהויבן פון פאריגע וואך מיטוואך נאכמיטאג, אין לויף פון דעם גאנצן טאג געשטראמט צום ציון הקודש פונעם פועל ישועות בקרב הארץ, כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי אברהם מתתיהו משטפנשט זי"ע, בן הרה"ק רבי מנחם נחום זי"ע, א רעכטער אייניקל פונעם סבא קדישא מרוזשין זי"ע, לרגל די הילולא קדישא. ער איז געווארן נטמן אויפן בית החיים "נחלת יצחק" אין שטאט גבעתיים, אין ארץ ישראל.
היי יאר האבן די עסקנים אויפ'ן בית החיים אויפגעשטעלט א גרויסן שאטער העכער דעם ציון הק' צו באשיצן די מתפללים פון די היצן, גלייכצייטיג איז צוגעשטעלט געווארן דער "דרך מהדרין" באזונדער פאר מענער, פון די אויבערשטע שאסיי, און פאר נשים באזונדער, פון די אונטערשטע גאסן. אין די זעלבע צייט איז אויך צוגעשטעלט געווארן ביים אריינגאנג צום בית החיים, אכילה ושתיה, ווארימע און קאלטע געטראנקען און לייכטע איבער-בייס פאר די עולים לציון הק' און בפרט פאר די טויזנטער אידן וועלכע קומען צו פארן פון די ווייטערע שטעט אין ארץ ישראל.
































תגובות