top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע מסיבת שבע ברכות בחצה"ק באבוב מיוחד פאר די אברכי הכולל ובני ביתם

  • Bechatzros admin
  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: לפני 4 שעות

דינסטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בשמחה עצומה האבן די הונדערטער אברכי הכוללים דחסידי באבוב מיטגעהאלטן דעם ערשטמאליגן שבע ברכות מרכזי וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר בתפים ובמחולות לכבוד די מנהיג העדה כ"ק האדמו"ר מבאבוב שליט"א. דאס קומט נאכדעם וואס דער באבובער רב שליט"א האט אויסגעדריקט רצון קדשו צו אפרעכטן א שבע ברכות מיוחד מיט די הונדערטער כולל יונגעלייט פון אלע זעקס חבורות, איש וביתו באו, מיט א באזונדערע עלעגאנטע מעמד פאר די נשים צדקניות אין די היכל השולחנות.


אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קרית יואל, און די גאנצע ציבור איז אריבער באקומען לחיים מידיו הקדושות פונעם רב שליט"א. דער מחותן אבי הכלה האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט לשבח פון די איבערגעגעבענע מנהלי הכולל וואס זענען מישם לילות כימים להצלחת הכולל און דעמאנט די זיבעצן יאר וואס ער אליין האט געלערנט בין כותלי הכולל.


במשך די שמחה האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן א מתנה פאר די וויי מנהלי הכולל ה''ה הרב הערש דוד פאזנער און בנו הרה"צ ר' ישראל אלימלך הלברשטאם שליט"א, און דערנאך משמיע געועהן שיחת קודש והתחזקות פאר די אינגעלייט וואס איז אויך מיטגעהאלטן געווארן דורך די עזרת נשים. דער רב שליט"א האט ארויסגעהויבן די חשבוע אינגעלייט ובני ביתם און געפאדערט צו שטייגן מער און מער און ספעציעל משבח געווען די נשים וואס שטייען צו די האנט אז די מענער זאלן קענען זיצן באהלה של תורה. מיטן בענשטן איז מכובד געוארן הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א, און נאכן בענטשן האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין ריקודין של שמחה און דער רב שליט"א איז געטאנצן מיט די מנהלי הכולל.


אינעם עזרת נשים האט הרבנית הצדיקת מבאבוב פארטיילט ספעציעלע מטבעות לשמירה פונעם רב שליט"א און א תמיכה נכבדה לכבוד די שמחה.



Comments


bottom of page