top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

המשך ימי השמחה בחצרות סקווירא - מודזיץ - ליזענסק - האלמין געפראוועט אין שיכון סקווירא

  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

אלפי חסידי סקווירא האבן ווידער געהאט די זכיה מיטצוהאלטן א געהויבענע שמחה ביים רבי'ן אין הויף, שמחת הנישואין פון אור אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, די כלה א טאכטער פון נכדו הרב יעקב לייב גאלדמאן שליט"א פון ירושלים בן כ"ק האדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון אמעריקא, מיט החתן אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר ממודזיץ שליט"א. ביי די יעצטיגע שמחה האבן די חסידים בלויז מיטגעהאלטן די צווייטע חלק פון די שבעת ימי המשתה, אנגעהויבן מיטן געהויבענע שבע ברכות פארלאפענעם דאנערשטאג נאכט נאכגעפאלגט מיטן שבת שבע ברכות, בצילא דמהימנותא עילאה פונעם געהויבענעם עלטערן זיידן דער סקווערער רבי שליט"א.


מיטוואך נאכט איז פארגעקומען די שבע ברכות פאר די בני המשפחה, די קינדער פון די זיידע די זוועהילער רבי, אין שטוב פון חתנו הרב אליעזר וואלף ראבינאוויטש בן האדמו"ר מביאלא בני ברק, בהשתתפות פון די זיידע דער סקווערער רבי. במשך די סעודה האט מען געזונגען ניגונים, און מ'האט געהערט גראמען לכבוד די שמחה, עס האט אויפגעטראטן מיט א דרשה הרב יוסף מאיר ראזענבוים, איידעם ביי זוועהילער רבי, און דברי בדחנות דורך דעם משמח אלוקים ואנשים רבי יוסף חיים ראטנשטרייך. נאכ'ן בענטשן איז געווען א געהויבענע ריקוד דורכן רבי'ן מיט'ן חתן און מחותנים.


צומארגנס דאנערשטאג נאכט איז פארגעקומען די גרויסע שבע ברכות אין היכל בית המדרש הגדול בהשתתפות אלפי החסידים. מען האט געזונגען א צאל לעבעדיגע ניגונים, צווישן זיי עטליכע ניגונים פונעם אוצר הטוב לבית מודזיץ, און ר' משה אייזנבערג האט אויפגעטראטן מיט גראמען.


און מיט בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם מחותן הרב יוסף שיף שליט"א. די שבע ברכות האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע אדמו"ר מזוועהיל, און אויך דער זיידע דער האלאמינער רב שליט"א פון ביתר. נאכ'ן בענטשן איז דער רבי געטאנצן געהויבענע ריקודים מיט די חתן און מחותנים כנהוג. דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן לחיים פאר'ן רבי'ן, חתן און מחותנים פאר א לענגערע צייט, בשעת דער ציבור טאנצט אין צענטער פון היכל בית המדרש. צום שלוס האט דער רבי געוואונטשן א לענגערע ברכת הקודש פאר אלע משתתפים.


שבת שבע ברכות איז געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט אין שיכון סקווירא בצל הקודש פונעם סבא קדישא כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, בהשתתפות פילע אורחים, בני המשפחה, קרובים וידידים. בעל תפלה ביי תפילת מנחה ערב שבת איז געווען דער מחותן הרה"ח ר' יוסף שיף. דער רבי איז צוגעגאנגען קבלת שבת פארן עמוד, און נאכדעם האט דער רבי געוואונטשן א גוט שבת פארן חתן און מחותנים און זיידעס. די סעודה איז פארגעקומען אין בנין הישיבה פאר די געסט און בני המשפחה.


פרייטאג צונאכטס ביים טיש איז מכובד געווארן מיט'ן בענטשן דער האלמינער רב, און די שבע ברכות הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי. נאכדעם איז פארגעקומען די דערהויבענע מצוה טאנץ דורך די מחותנים, און נאך א ניגון הכנה איז דער רבי געטאנצן מצוה טאנץ לפני כלה מיט גרויס דערהויבנקייט.


צופרי האט געדאוונט פארן עמוד שחרית דער זיידע האלמינער רב. ביי שלש סעודות האט מען געזינגען עטליכע ניגונים מיט כלי זמר פאר א משך זמן, לרגל די נעילת ימי השמחה.



תגובות


bottom of page