גרויסארטיגער סקולענער סעודת הודאה וועט ערשטמאליג אפגעהאלטן ווערן אין גיגאנטישן "בית וויזניץ" אין בני ברק
- Bechatzros admin
- לפני 3 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' דברים • ד' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט ערווארטונג און התרגשות גרייטן זיך אלופי אלפי ישראל, חסידים ואנשי מעשה, תושבי ארץ הקודש, צום פייערליכן סקולענער סעודת הודאה דעם קומעדיגן מוצש"ק נחמו הבעל"ט וואס וועט דאס יאהר אפגעראכטן ווערן אין שטאט בני ברק, אינעם גיגאנטישן בית וויזניץ, בשיר וקול תודה והמון חוגג, בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א.
שוין לאנגע יארן, וואס דער דאטום פון מוצאי שבת נחמו איז פארוואנדלט געווארן אלס א פאקטישער "יום טוב", א זמן שמחה והודאה, ווען עס קומען זיך צונויף טויזנטער אידן, צו לויבן און דאנקן השי"ת בשיר ושבחה אויף דעם געוואלדיגן נס הצלה פון די צדיקי בית סקולען הרה"ק בעל נועם אליעזר זי"ע, ובנו הרה"ק בעל מאור ישראל זי"ע, וועלכע זענען אין דעם טאג, מיט 65 יאר צוריק, ניצול געווארן פון די גרויזאמע קאמוניסט'ישע טורמעס, מאפילה לאור גדול ומשעבוד לגאולה, להחיות עם רב מיד ולדורות.
פון דעמאלט ביז היינט, אין פארלויף פון די צענדליגער יארן, איז דער זמן פון מוצאי שבת נחמו פארבליבן יאר יערליך א זמן פון הודאה און פון שבח. חסידים פרייען זיך מיט, און פראווען דעם נס הצלה ברוב פאר והדר, ווען מ'דאנקט השי"ת פאר זיינע גרויסע נסים וחסדים אינאיינעם מיט די געווייקטע הייליגע סקולענער ניגונים וועלכע הייבן אויף די געמיטער און פלאמען אויף די הערצער.
די לעצטע פינעף יאהר זינט כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א האט איבערגענומען די כתר האדמור"ות אין ארץ ישראל, האט דער רבי געפראוועט די סעודת הודאה אין ירושלים עיה"ק במעמד קהל רב חסידי ומעריצי סקולען און עמך בית ישראל וועלכער קומען יאהר יערליך פייערן אינאיינעם דעם מעמד ההודאה זייענדיג א שם דבר אין גאנץ ארץ ישראל.
אין ליכט פון דעם שטארקן געדרענג און לחץ זו הדחק וואס האט געהערשט אין די פאריעריגע פלאץ, דער אודיטאריום הגדול אויף רחוב מנחת יצחק, וואס איז שוין אויך געווען צר מהכיל צו אריינעמען דעם איבערפלוס פון טויזנטער משתתפים, האבן זיך די עסקנים אריינגעלייגט צו טרעפן א פאסיגן אכסניא וואס זאל קענען אריינעמען אזא ציבור עצום, און נאך גרויס אינטערווענצן איז געלונגען ארויסצודינגען די גיגאנטישע ביהמ"ד הגדול בית וויזניץ אין בני ברק וואס איז פאסיג אהערגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן די טויזנטער משתתפים מיט הרחבת הדעת, און זיך קענען ריכטיג משמח זיין בשירות ותשבחות לקל חי על הניסים שעשה לנו ולאבותינו.
אין די לעצטע טעג פארבליבן צום גרויסן חגיגה זענען די עסקנים אריינגעטוהן אהערצושטעלן אלע דעטאלן, מיטן איינרישן דעם ביהמ"ד מיט אלע פאסיגע צוגרייטונגען, און אראנזשירן טראנספארטאציע פאר די טויזנטער משתתפים פון אלע שטעט.