top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר באשטעטיגט פלענער פון מאסיוו פארדאפלן ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל

מונטאג פ' נשא א' - ב' סיון תשפ"ג | קול בחצרות


נעכטן אין די נאכמיטאג שעה'ן איז פאגעקומען א זיצונג בקודש פנימה ביי כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אין קרית יואל, מיט די ראשי והנהלת ק''ק קרית יואל אינאיינעם מיטן מייסטער ארכיטעקט הרה''ח ר' אהרן עסטרייכער הי''ו פון ירושלים עיה''ק, ווי מען האט אויסגעשמועסט די פלענער פון מאסיוו אויסברייטערן און פארדאפלן דעם ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל וועלכע איז שוין פון לאנג אויסגעוואקסן און קען שוין נישט אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים הבאים להסתופף בצל הקודש, אין וויפיל פליגלען מען האט צוגעבויט צום ביהמ"ד דעקט עס נאכאלס נישט די געברויך בשעת די ימים טובים, תפילות, טישן און מאורעות בחצר הקודש.


דוכראויס די לעצטע יאהר האט קהל באשטימט אויפצונעמען א "ועד קרן הבנין" וואס וועט זיך אפגעבן מיט די פלענער ארויסצוביען דעם ביהמ''ד הגדול אין באשטעלן קראנטע ארכיטעקט פלענער און באטראכן די אפציעס, למען בית ה' אלוקינו. ביים נעכטיגן אסיפה בביתן נאווה קודש פונעם סאטמאר רבין שליט''א ווי מען האט איבערגעשמועסט די פלענער מיטן ארכיקעקט ר' אהרן עסטרייכער, דער רבי האט איבערגעקוקט די פלענער פאר א לענגערע צייט און איז איבערגעגאנגן די פילצאליגע דעטאלן וואס די פלענער נעמען אריין, און דערנאך מאציל געווען מברכות קדשו אז חפץ ה' בידכם יצליח אהערצושטעלן דער פאסיגער בית גדול וקדוש וואו מ'זאל קענען פראווען די געהויבענע זמנים מיט הרחבה ודעת צלולה.

bottom of page