top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ הישיש רבי חיים צבי עהרנרייך זצ"ל משימלויא נפטר געווארן ביום ראש השנה אין עלטער פון 95 יאר

לפני 10 דקות
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין וויליאמסבורג איז דעם יום טוב דראש השנה נסתלק געווארן בשיבה טובה אחד המיוחד שריד לדור דעה, הגאון הצדיק פאר מקדושים רבי חיים צבי עהרנרייך זצ"ל, משימלויא וויליאמסבורג און מחבר ספר "מעין ישועה", וועלכער איז נפטר געווארן אין הויכן עלטער פון 95 יאר, איבערלאזנדיג נאך זיך א געוואלדיגן חלל, וחבל על דאבדין ולא משתכחין.


דער חשוב'ן נפטר איז געווען א פאר היחס מגזע רם ונשא, און ער האט פארקערפערט אין זיך א געהויבענעם יחוס עצמו אלס תלמיד חכם מופלג, גאון עצום בתורת הנגלה והנסתר, און א נחבא אל הכלים וואס זיין גאנץ לעבן איז ער אנטלאפן פון יעדער סארט פרסום און זיך געפירט מיט א זעלטענער פשטות און ענוות חן.


עד זקנה ושיבה איז ער אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש, און נעכטן בעצם יום הדין, נאכן זוכה זיין צו הערן תקיעת שופר זייענדיג בדעה צלולה, האט ער מחזיר געווען נשמתו הטהורה ליוצרה.


דער נפטר איז געבוירן געווארן בשנת תרצ"ב אין מעדיאש ראמעניע צו זיין פאטער דער באקאנטער מוהל מומחה הגה"צ רבי יהושע עהרנרייך זצ"ל גאב"ד שימלויא, וועלכע האט דאן געדינט אלס רב אין מעדיאש, בנו ממלא מקומו פונעם שימלויא רב הגה"צ המפורסם רבי שלמה זלמן עהרנרייך זצ"ל הי"ד בעל "אבן שלמה", וועלכער איז געווען א רעכטע אייניקל פון הגה"ק בעל "קול אריה" זצ"ל.


זיין מוטער ע"ה איז געווען א טאכטער פון הגה"ח ר' אברהם יהושע גראס זצ"ל, איידעם פון הרה"ק בעל "טל חיים" מליסקא זי"ע, איידעם פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע.


נאכן קריג האט ער זיך אריבערגעצויגן מיט זיין משפחה קיין עיה"ק ירושלים, וואו ער האט חתונה געהאט מיט זיין אשת חיל, טאכטער פון הגה"ח רבי משה דוב ווייסבערג זצ"ל, פון די חשובע תלמידי חכמים אין ירושלים, מגזע היחס פון הרה"ק בעל "אוהב ישראל" מאפטא זי"ע.


במשך אלע זיינע יארן איז רבי חיים צבי געווען בארימט מיט זיין אויסערגעווענליכע בקיאות און חריפות אין אלע מקצועות התורה, ובפרט אין די פרד"ס התורה, עניני גימטריאות און פרפראות לחכמה וועלכע זענען געפלאכטן מיט טיפע יסודות הקבלה, באזונדער האט ער ארויסגעגעבן זיינע חידושים אין די קונטרסים "מעין ישועה".


מיט זיין פטירה איז אוועקגעריסן געווארן א דמות פון א איד וואס האט פארמאגט דעם פארצייטישן חן און האט געהערט און געזען א וועלט פון אמאל, און זוכה געווען צו קענען לערנען די צדיקים פון די פריערדיגע דורות.


דער נפטר האט זוכה געווען צו איבערלאזן א שיינעם דור פון בנין וחתנין רבנן: זיין בן יחיד הרה"צ רבי יהושע עהרנרייך שליט"א, איידעם פון הגה"צ גאב"ד מאנטאוודיא זצ"ל פון וויליאמסבורג, און זיין חשובער איידעם כ"ק אדמו"ר מנדבורנא באניא שליט"א.


די לוויה וועט ארויסגיין היינט צום גדליה 11:00 פארמיטאג פון ביהמ"ד דינוב אין וויליאמסבורג וואו דער נפטר האט קובע מקום געווען לתפילתו צענדליגער יארן, און דער ארון וועט געפירט ווערן קיין ארץ ישראל, וואו ער וועט קומען לקבורה אויפן הר המנוחות אין ירושלים, סמוך ונראה צו זיין גרויסן פאטער זצ"ל.


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים

תגובות


bottom of page