top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יומא דהילולא פון הרה"ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב זי"ע אדורך מיט מיט גרויס התעוררות בצל בנו האד' מבאבוב

דאנערשטאג פ' דברים • ד' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

בהתעוררות רב האבן אלפי חסידי באבוב אפגעצייכנט דעם מאנטאג ר''ח מנחם אב די פיר און צוואנציגסטע יומא דהילולא רבא פונעם רעיה מהימנא קדישא כ"ק אדמו"ר הרה''ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי''ע בצל הקודש פון בנו חביבו כ''ק אדמו"ר מבאבוב שליט''א. דורכאויס די גאנצע מעת לעת פונעם יארצייט האבן טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן געשטראמט צום ציון הקדוש אויפן באבובער בית החיים אין ניו דזשערזי להיפקד בדבר ישועה ורחמים, ובראשם האבן זיך אנגעזעהן רבנים ואדמורי"ם וגדולי תלמידיו פונעם בעל ההילולא.


לכבוד די היי יעריגע הילולא איז די אהל הקודש אריבער פארשידענע רענאוואציעס און איבערפרישונג ארבעט, עס איז אינסטאלירט געווארן גרויסע עיר קאנדישן מאשינען אפצוקילן די מאסן משתטחים, און עס איז צוגעלייגט געווארן נייע טירן און פענסטערס לרווחת ציבור העולים לציון הקודש. מטעם די בית החיים איז געוועהן צוגעשטעלט אלע הצטרכותער ווי שאטער'ס פאר אכילה ושתיה, ליכט און א כהנים שטיבל.


בליל ההילולא זונטאג ביינאכט איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אריינגעקומען בבית מדרשו של רבי אין ביהמ"ד הגדול באבוב צו תפילת מעריב און געצינדן די נר נשמה. נאך מעריב זענען די חסידים פאראיבער שלום נעמען. צומארגנס בעצם יומא דהילולא איז די רב שליט"א ארייגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית און פארגעדאווענט בהשתפכות נפש, ביי הלל האט דער רב שליט"א געזינגען די ניגונים פונעם רב זצ"ל דער בעל הילולא, נאכן דאווענען האט די רב שליט"א אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד היום און נאכגעזאגט מדברי תורתו און ענינים שונים פונעם בעל ההילולא. ביים דאווענען האט זיך אויך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מהרי"ש מקאסוב שליט"א וואס איז מכובד געווארן מיט אן עלייה, און האט זיך משתתף געוועהן ביים מסיבת לחיים נאכן דאווענען.


כחצות היום איז די רב שליטא אנגעקומען בראש קהל חסידיו אויפן באבובער בית החיים אין ניו דזשערזי און פארגעזאגט די מזמורי תהילים בהתעוררות רב. נאך אמירת תהילים האט דער רב שליט"א פארגעלערנט משניות און געזאגט קדיש און דערנאך מפריש געוועהן צדקה פארן קופת הצדקה על שמו פון די בעל הילולא. פארנאכטס איז די רב שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול, וואס האט באלד נאכגעפאלגט מיטן עריכת שולחן הטור וסיום הש''ס במעמד קהל רב, די טויזנטער חסידים וואס זענען אריינגעקומען פון די קאנטרי בערג און אלע שטעט. מען האט אויפגעגעבן די מאכלים בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעוררות מבית מדרשו של רבי, הגה''צ דומ"צ באבוב שליט"א האט געמאכט די סיום הש''ס און די רב שליט"א האט אנגעהויבן מסכת ברכות פון דאסניי. דערנאך האט די רב שליט"א מיט קורצע דיבורים דערמאנט די נושא פון שידוכים און ווי דאס ענין איז געוועהן אזוי קרוב אל לבו פונעם רב ז"ל, און דערמאנט אז די עסקנים ארבעטן אצינד אויס פלענער צו קענען מער אויפטוהן אין דעם געביט און פארמערן שידוכים ביי היימשע משפחות המצפים לישועה ווי שוין באריכטעט.


די רב שליט"א האט דאן געווונטשן לחיים און משמיע געוועהן די צענטראלע דברות קודש, היי יאר האט דער רב געווידמעט די שמועס איבער די מדה פון זריזות וואס איז געווען די מדה הידוע פונעם בעל ההילולא און משמיע געווען לענגערע דברות קודש במעלות מדת הזריזות במשנתו הטהורה, מתובל מיט ענינים עובדות והנהגות. דער רב שליט"א האט מסיים געוועהן מיט ברכות לרוב בזכותו הגדול פון אביו די בעל הילולא און דערמאנט די מצב הנורא אין ארה''ק אז די אויברשטער זאל האלטן די רעכטע האנט מען זאל ניצל ווערן מכל עקתין בישין דייתין לעלמא.


ביים טיש האבן זיך אנגעזעהן אויפן אויבנאן חתני דבי נשיאה הגה''צ דומ"צ באבוב און הגה"צ ראש ישיבת באבוב, הגה''צ ר' יעקב הורוויץ אבד זרע קודש וראש ישיבת בית מאיר, האדמו''ר מרודניק לאס אנדזשעלעס, הרבנים מפאליענע, צאנז מאנסי, טורקא, רודניק חליסא, פאקשאוויץ טשענסקאוויץ, שטראסבורג, קארוב, הארניסטייפל מילוואקי, חוסט, ראדוויל, טאמאשוב, קאמארנא, ווארקא, אוהעל, ווישניצא, טשענסקאוויץ, אבד איגוד אברכים סטעטן איילענד, אב"ד איגוד אברכים פלעטבוש, לאנצוט, דומ"צ טארטיקוב, זידיטשוב, אב"ד עץ חיים, הרה''צ ר' ישראל ארנסטר, הרה''צ ר' חיים יעקב הורוויץ, הרה''צ ר' יהושע כץ בן האד' מוויען, הרה''צ ר' דוד דוב האגער בן האד' מוויזניץ מאנסי, הרה''צ ר' יהושע פירער ראש כולל באבוב טאראנטא, הרה"צ ר' בעריש רובין מדאמבראווא, הגה''צ ר' שלום פסח לאנגזאם דומצ בעלזא בארא פארק, און נאך.































































Comments


bottom of page