מונטאג פ' נשא - ט' סיון תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין
א הערליכע יו''ט שבועות איז געפראוועט געווארן בחצר הקודש צאנז בצילא קדישא פון כ''ק האדמו''ר מצאנז שליט''א אין קרית מלך רב קרית צאנז נתניה.
שוין ערב יו"ט נאך מנחה איז מען דורך ביים רבין זאגן גוט יו"ט, צוליב די ריבוי העם זענען דורך בלויז די אינגעלייט פון קרית צאנז נתניה און די געסט פון אויסער די שטאט, צום ערשטן מאל זענען די שולחנות הטהורים דורכאויס יו"ט אפגעראכטן געווארן אויף א גרעסערע פארנעם לענגאויס דעם גאנצן היכל הגדול.
ליל יו"ט נאכן טיש האט זיך די רבי אןןעקגעזעצט על מקום קדשו און עוסק געווען בתורה עד עלות השחר, יו"ט צופרי בשעת הוצאת הספר תורה האט די רבי געהייסן אריינברענגען די היסטארישע כתר תורה פון זקינו די הייליגער 'ייטב לב' וואס ליגט בבית גנזיו פונעם רבין שליט"א, מוסף האט די רבי שליט''א צוגעשיקט ווי יאר יערליך כ"ק אדמו"ר מלייפניק שליט''א, נאכן דאווענען איז פארגעקומען די קרעפיל טיש, ווי די רבי האט געזאגט די קרעפיל פשעטיל כנהוג.
בצפרא דשבתא איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבה לרגל די געבורט פון אן אייניקל ביים רבינ'ס שוואגער הגה"צ רבי פישל מוטצען גאב"ד קרית הבעל שם טוב בת הנולדה ביי בנו הרב נפתלי מוטצען איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, מוצאי שבת נאך הבדלה זענען די טויזנטער חסידים דורך אויף א גוטע וואך און זיך געזעגנען נאך די דערהויבענע יום טוב.
Comments