top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשותדיגע מעמד אין אשדוד פאר נגידי ותומכי מרכז חסידי וויז'ניץ | רייכע דעקונג

דינסטאג פ' נשא א' - ג' סיון תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קערדיט: יהושע פרוכטר


פארגאנגענעם דאנערשטאג איז פארגעקומען א געהויבענע מעמד אין שטאט אשדוד, ווען עס זענען זיך צוזאמגעקומען פילע תושבי העיר וואס טוען כסדר געבן געלט למען החזקת מוסדות ויזניץ, אויף א מעמד הוקרה והערכה אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א.


די מעמד איז פארגעקומען אין א גרויסע זאל אין שטאט אשדוד, וואו עס איז סערווירט געווארן א רייכע סעודה פאר די חשובע תומכים. דער ויזניצער רבי האט אויפגעטרעטן מיט א פלאמפייערדיגע דרשה און מחזק געווען די ארטיגע תושבים זיי נענטער צו ברענגען צום אויבישטן, די רבי האט ארומגערעט כהכנה צו קבלת התורה און איבער אחדות און אהבת ישראל, צדקה וחסד און החזקת תורה, און ארויסגעברענגט לשבח די מסירות נפש פון די משתתפים און זייער איבערגעבנקייט למען מוסדות וויזניץ אין מסיים געוועהן בברכת קדשו.


דערנאך האט די רבי פארגעזאגט פסוקי יחוד אין קבלת עול מלכות שמים, דערנאך האט איינער פון די תורמים אויפגעטראטן און די  רבי האט משמיע געווען מברכות קדשו פאר אלע תומכים אין פארטיילט פאר יעדן איינעם א געבענטשטע קמיע במטבע הקודש.














תגובות


bottom of page