top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לקיים בנו חכמי ישראל • המקובל הרב פינטוי שליט"א לאזט איבער א צוואה

זונטאג פנחס תש"פ


לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל צו זיין לרפואת כ"ק האדמו"ר הרה"צ ר' יאשיהו יוסף פינוטוי שליט"א וועלכע געפונט זיך אין שפיטאל אין מאראקא. פון זיין שפיטאל-בעט אין מאראקאו האט דער מקובל זעלבס ארויסגעשיקט א רירענדע מעסעדזש צו זיינע נאכפאלגער איבער די וועלט ווי ער בעט אז מען זאל איינרייסן לרפואתו השלימה. צווישן אנדערע זאגט דער מקובל אין דעם דראמאטישן מעסעדזש אז ער גרייט זיך שוין אויף זיין יום הפטירה וועלכע איז גאר נאנט, צוריקצוגעבן זיין נשמה ליוצרו. דאן פאדערט ער, אז ווען מ'וועט אים באערדיגן זאל מען אריינלייגן אין זיין קבר אלע צייטונגען און פאשקעווילן וועלכע האבן אים באשמוצט דורכאויס די יארן, וויבאלד דאס וועט זיין א לימוד זכות ביים יום הדין. דער מקובל האט אויך געהייסן אז מען זאל פארשפרייטן א בילד ווי ער ליגט אין שפיטאל כדי מעורר זיין דעם ציבור מתפלל צו זיין לרפואתו. אין די זעלבע צייט ווערט געמאלדן אז דער מקובל האט אויפגענומען זיין זון הרה"צ ר' יואל משה רפאל פינטוי שליט"א אלס ממלא מקומו וועלכע וועט ווייטער אנהאלטן די עבודת הקודש און איבערגעבן די שיעורים לחזק את עם ישראל. דער ציבור איז מתפלל לרפואת מרן יאשיהו יוסף בן זרי לרפו"ש.

bottom of page