top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מביאלא וועט פראווענען ערשטמאליגע שבת אין נייעם ביאלא יישוב אין מעלה עמוס

מיטוואך פ' חוקת • ד' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דעם קומענדיגן שבת פ' חקת וועט כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א צום ערשטן מאל פראווענען א שבת אין שטאט 'מעלה עמוס' ווי עס האבן זיך לעצטענס אריבערגעצויגן א שיינעם ציבור חסידי ביאלא און האבן אויך אויפגעשטעלט אן אייגענעם תלמוד תורה. דער רבי וועט פראווענען די תפלות און טישן אין די ארטיגע ביאלא ביהמ"ד וועלכע ווערט געפירט בהנהלת אחיו הגה"צ ר' אברהם משה ראבינאוויטש שליט"א אב"ד ביאלא מעלה עמוס.


דער שבת מיטן רבי'ן אין עמוס, טראגט א באזונדערע באדייט ביי חסידי ביאלא, זייענדיג די ערשטע שבת וואס דער רבי וועט פראווענען א שבת אינדרויסן פון ירושלים זינטן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת מיט דריי חדשים צוריק.


ווי באקאנט האט כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל אוועקגעשטעלט א חסידישע ישוב אין מעלה עמוס מיט עטליכע יאר צוריק, און פערזענליך צוגעשטופט די אינגעלייט אהינצוגיין וואוינען, נאכדעם וואס די פרייזן פאר דירות זענען גאר ביליג דארט און מען קען לעבן מיט גרויס הרחבה און מנוחה, דער ביאלא רבי זעלבסט האט אויך פארמאגט א דירה אין מעלה עמוס, און איז עטליכע מאל דורכאויס די יאר אהינגעקומען צו פראווענען שבתים און וויילן בקרב חסידיו תושבי השכונה.



Comments


bottom of page