פרייטאג פ' נשא - י"ג סיון תשפ"ג | קול בחצרות
הונדערטער חסידי באבוב 45 זענען זיך דעם פארגאנעגנעם וואך צונויפגעקומען ביים מעמד האדיר – קשר אחד – דעם יערליכן דינער לטובת איחוד מוסדות באבוב 45 אין בארא פארק, וועלעכע איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס פראכט דעם פארגאנגענעם דינסטאג אויפדערנאכט, אין די גיגאנטישע זאלן אונטער די בעלזא ת"ת אין בארא פארק.
די זאל איז מלכות'דיג איינגערישט געווארן ווי עס פאסט פאר אזא מעמד פון כבוד התורה. עס איז אויפגעשטעלט געווארן ריזן דריי-שטאקיגע אויבן-אן מיט הונדערטער זיץ פלעצער, וואו עס האבן באשיינט די רבני ופני העדה, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א, וועלעכע טוט יאר יערליך באשיינען דעם מעמד קשר אחד. ווי אויך די הונדערטער מלמדים און כלי קודש, וועלעכע שטייען אין שפיץ פון די מערכת החינוך, אינערהאלב דעם ריזן חינוך אימפעריע אין בארא פארק. ועל צבאם דער נשיא ומנהיג הקהילה והמוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א. אין די שטונדן פארן דינער האבן צענדליגע באסעס קורסירט די גאסן פון בארא פארק, אין געפירט דעם ציבור צום זאל, וועלעכע איז בליץ-שנעל איבערגעפילט געווארן עד אפס מקום. מה נהדר היה המראה ביים מעמד צוזעענדיג ווי הונדערטער חסידים ואנשי מעשה זיצן און פארברענגען דעם גייסטרייכן נאכט מיט א זעלטענע ידידות ארומגענומען מיט לויטערע אהבה ואחוה. דער רייכער פארגראם האט זיך אנגעהויבן ווען עס איז ערשינען צום פאדיום דער יושב ראש הרה"ג ר' יואל כ"ץ שליט"א, וואס האט לאנגע יארן געדינט אלס מגיד שיעור אין ישיבה קטנה באבוב 45, וואו ער האט באגריסט דעם עולם, און מקדם געווען בברכה דעם רבין שליט''א ביים ערשיינען צום מעמד. דאן האט ר' יואל ממשיך געווען און געהאלטן דעם ציבור געשפאנט, פארציילנדיג וואס ער האט פערזענליך מיטגעהאלטן אזויפיל יארן אין ישיבה, ווי אויך האט ער דערמאנט אין די ערשטע יארן דינענדיג אלס מגיד שיעור, ווען מ'האט זיך דעמאלטס שטארק געמוטשעט בגשמיות – פינאנציעל, אבער אלעמאל איז די רוחניות'דיגע סטאנדארטן געווען אויף די העכסטע ניווא, ווי מ'האט זיך אפגעגעבן מיט יעדע תלמיד עקסטער, ארויסברענגענדיג זיין מסקנא אז ער האט איינגעזען אז די ציל פון די באבוב'ע ישיבות איז בכלל נישט צו זיין פון די בעסטע ישיבות אויף דער וועלט, נאר צו זיין די בעסטע ישיבה פאר יעדע תלמיד, און יעדע יחיד ויחיד באזונדער. דערנאך האט ער אויפגערופן הגה"צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א אב''ד סאטמאר לעיקוואד וריש הילכתא אין די ישיבה קטנה אין קאנארסי וועלכע האט שטארק אויסגערימט די ריינע חינוך וואס מען איז היינט מחנך אונזערע קינדער אז אונז האבן נישט מיט וואס זיך צו שעמען פון די דורות פארן קריג. גאר רייכע און זעלטענע מוזיקאלישע פרקי נגינה יחיד במינו זענען פארגעשטעלט געווארן ביים מעמד, מיט א קונצליכע מוזיקאלישן בענד אנגעפירט דורך ר' יהושע קאלער, באגלייט מיטן בארימטן מקהלת ציון ד'באבוב 45, אין שפיץ פונעם בארימטן בעל מנגן ר' בנציון וועבערמאן. עס זענען אראפגעלייגט געווארן אויף א גאר הערליכן און קונצליכן אופן אין א רייע – די ניגוני קודש וועלעכע זענען פארפאסט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, וואס האט ווי אוטאמאטיש אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בעת ווען עס דונערט אפ אין זאל די 'שירי דוד מלך ישראל' – די דביקות'דיגע ניגונים פונעם רבי'ן שליט"א. דערנאך האט אויפגעטראטן ר' נפתלי ריינער מחשובי חברי וועד העסקנים פון די באבוב 45 בלאק וואוט, וועלעכע האט ברשותו פונעם רבי'ן געזאגט אפאר ווערטער אויף די ענגלישע שפראך, און באגריסט א צאל הועיכראנגיגע פאליטיקאנטן, און אויפגערופן צום פאדיום דעם אלעמען באקאנטן סענאט מאיאריטעט פירער סענעטאר טשאק שומער. אזוי אויך האבן זיך אנגעזען נאך פילע צענדליגע עסקנים פאליטיקאנטן אין כלל טוהער, אין אויסגערופן א דעלעגאציע פונעם מעיאר'ס אפיס, א דעלעגאציע פון די ראשי ועסקני אגודת ישראל, און נאך פירנדע היימישע פאליטיקאנטן און עסקנים פונעם קאמיוניטי באורד 12 אין בארא פארק, וועלעכע זענען אלע אריבער ביים רבי'ן מקבל זיין ברכות הקודש. דאן האט דער יושב ראש הרב יואל כץ אויפגערופן הרב שמעלקא שלאף מעסקני וועד קרן הבנין פון די נייע ביהמ"ד הגדול, וועלעכע האט איבערגעגעבן א גרוס, פון די ישיבה קטנה ווי ער דינט אלס מגיד שיעור, או האלט מיט פון דערנאנט די אויסטערלישע כוחות עצומות וואס גייט אריין אין יעדע פרט ופרט פון די חינוך פון די קינדער. דאן האט ער איבערגעגעבן א קורצע באריכט מהנעשה והנשמע אויפן פראנט מיט די מלאכת הבנייה פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול, אזוי אויך האט ער געבראכן די נייעס איבער די קומענדיגע שטאפלען פון דאפלט פארברייטערן – די שלב ב' פון די נייע ביהמ"ד, און איבער די קלאוזינג אויף דעם גיגאנטישן שטח, וואס די הנהלה פון די מתיבתא האבן דורכגעפירט – ווי ברייט באריכטעט. ר' שמעלקא האט אויפגערופן ר' אהרן יעקב וואלקאוויטש פראדשעקט דעוועלאפער פונעם נייעם ביהמ"ד, וועלכע האט זיך באדאנקט פאר די גאנצע טיעם פון עסקנים און מיטארבעטער, קאנטרעקטערס און ענדשענירן. ר' אהרן יענקי האט דאן ארויפגערופן ר' טוביה קאהן וועלכע געבט זיך אוועק מיט א מסירה נפלאה, און קומט אראפ יעדן איינציגן טאג צום שטח הבנייה פונעם ביהמ"ד, ער זאל ארויפקומען מקבל זיין ברכות הקודש פונעם רבין שליט''א, אין באקומען א מתנה א זילבערנע בעכער כאות הוקרה פאר זיין געוואלדיגע געטריישאפט פארן פראיעקט. דאן האט מען געהערט א ריפארט פון די לעצטערע אנטוויקלונגען אין די מוסדות פון הרב ר' בנציון יוסף ריינהאלד מנכ"ל פון די פאנדרעיזינג אפיסעס פון די מוסדות אין בארא פארק, וואו ער האט איבערגעגעבן א באריכט איבער די פילע אויפטוענגען וואס זענען געשאפן און געטון געווארן במשך די לעצטע יאר צייט, און פילע ענינים וואס מ'האט ביים פאריעריגע דיננער גערעט בלשון עתיד קען מען שוין היי יאר רעדן בלשון עבר און הווה. אויך האט ער ארומגערעט איבער צוקונפטיגע פלענער פון הרחבת גבולי הקדושה.
דאן האט גענימען דאס ווארט דעם אלעמען באקאנטן הרה"ג ר' פישל וויינבערגער שליט"א מטורקא מחשובי חסידי ומרביצי תורה בקרב קהילה קדושה באבוב 45 אין ירושלים, וועלעכע דינט אלס מגיד שיעור אין די ישיבה קטנה דרכי יושר ד'באבוב 45 אין ירושלים. א שטילקייט האט געהערשט אין זאל בעת ר' פישל האט אנגעהויבן ווי נאר א טאטע קען ארויסברענגען געוויסע פרטים און חלקים פון זיין געשיכטע וואס איז נאכנישט דערציילט געווארן. ער האט ארויסגעברענגט וואס דאס מיינט א קינדערלאזע לעבן קרוב צו זיבעצן הונדערט וואכן, און ארויסגעברעגנט אז ער איז דורך דריי דורות באבוב'ע רבי'ס – הרה"ק ר' שלמה, הרה"ק ר' נפתלי צבי, און יבלחט"א די רבי שליט"א, אלס מיט די זעלבע קוויטל פון די זעלבע צוויי נעמען, אזוי ארויסקוקנדיג אויף א ישועה. ער האט פארציילט פילע ענינים וואס ער האט מיטגעהאלטן ביי צדיקי בית באבוב, און בפרט ביים באבוב'ער רב ז"ל הרה''ק רבי נפתלי צבי, אין איבערדעציילט די מעשה ווי מורו ורבו הרה"ק ר' נפתלי צבי מבאבוב זי"ע איז אים געקומען אין חלום, און צוגעזאגט אז ער וועט נאך האבן קינדער, אין ווי ער האט געגלייבט מיט א פעסטע אמונת צדיקים, כאטש די מצב האט נישט גוט אויסגעזען. אזוי אויך האט ער ארויסגעברענגט לשבח די נאנטקייט און די אהבה וואס הערשט צווישן דעם היימישן עולם, און אן די געטרייע חברים וועלעכע האבן אים שטענדיג מחזק געווען, וואלט ער עס נישט געקענט דורכמאכן. דאן האט מען צוגעטראטן צום הויכפונקט און קלימאקס פונעם מעמד. דער יערליכע משא השנה, אין פלאם-פייערדיגע דברות קודש פון כ''ק האד' מבאבוב 45 שליט''א. צווישן אנדערע האט די רבי פאר א לענגערע צייט מאריך געווען איבער די ענין פון דעת, וואס די רבי האט מסביר געווען בטוב טעם ודעת. די רבי האט מאריך געווען איבער זיין דבוק אין צדיקים. אין ארומגערעט איבער די גויאישקייט וואס דרינגט אריין, ווען ס'מאכן זיך מער און מער אינגעלייט וואס גייען שטודירן אין קאלעדשעס וכדומה, און כמעט וואס מ'טרעפט נישט קיין איד וואס איז ארויסגעקומען פון דארט אנע נשפע ווערן פונעם גוי'אישן בליק, און אפילו זיי דאווענען דריי מאל א טאג און האבן א שיעור קבוע, און קען זיין אז זיי זענען טאקע ערליכע אידן, פארט אבער קלעבט זיך אן פון די גויאישע השקפות. די רבי האט אויך דערמאנט אז מ'דארף זייער אכטונג געבן איבער ליין מאטריאל, ווייל ווען מ'ליינט זיך אן פון נישט ריינע מקורות, כאפט זיך עס אטאמאטיש אן אויפן מענטש. און אזוי אויך צווישן די היימישע ליין מאטריאל, זענען דא געוויסע וואס פארמאגן שרייבעריי געשריבן דורך שרייבער וועלעכע האבן זיך געלערנט אין נישט אידישע מקומות, צומאל זעט מען עס אפן אינעם ארטיקל, און אמאל איז עס באהאלטן צווישן די שורות, אבער דער וואס ליינט די ארטיקל – אומוועלנדיג און אומוויסנדיג כאפט זיך דאס אן אין דאס טוט משפיע זיין אויפן מענטש. די זעלבע איז מיט די היינטיגע קורסעס, ווען מ'זעט אמאל עדווערטייזט 'א נייע לעבן' אדער 'א נייע וועג אין לעבן', דארף מען וויסן אז אן קיין געהעריגע אישור פון א רב, דארף מען שטיין ווייט פון דעם כמטחוי קשת, און דאס איז טרייף ווי חזיר. אזוי אויך האט די רבי איבערחזרזט דאס וואס מ'האט גערעדט ביים הדלקה איבער עי. איי. אז כאטש דאס איז נישט די שמועס דא, דארף מען עס דערמאנען, רעדנדיג איבער אומריינע השקפות. די רבי האט מסיים געווען אפגעבנדיג א שבח והודיה צום באשעפער איבער די געוואלדיגע הצלחות וואס מ'זעט אין אלע אפטיילונגען פון די מוסדות, און דערנאך ווארעם געוואונטשן פאר אלע משתתפים. די גאנצע ציבור האט פארלאזט דעם מעמד דערהויבן און אנגעפילט מיט חיזוק, און מיט פרישע קבלות נאכן הערן דעם רבי'נס קלארע און הייליגע דיבורים. אזוי אויך איז פארטיילט געווארן א גאר טייערע מתנה אלס מזכרת פאר אלע משתתפים.
Kommentare