ערב יומא דהילולא • גאב"ד מאקאווא אויף א תפילה ביים קבר רחל אמנו
- בחצרות הקודש

- 25 באוק׳ 2023
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' לך לך • י' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

היינט נאכמיטאג איז כ''ק גאב''ד מאקאווא שליט''א אנגעקומען קיין ירושלים אויף א תפילה ביים קבר רחל אמנו בליל ההילולא, די רב איז אנגעקומען מיט ספעציעלע ערלויבעניש פון די פאליצייאישע באאמטע נאכדעם וואס קבר רחל איז היינט גענצליך פארשפארט צוליב די אנגעצויגענע מצב אין ארץ ישראל. די רב האט דארט אויסגעזאגט ספר תהילים אין דאן גענימען קוויטלעך פונעם מנין מצומצם באגלייטער אין משמשים.
פון דארט איז די רב אנגעקומען צום הר המנוחות אין פוקד געוועהן דעם ציון הק' פון הגה''ק מטשעבין זי''ע לכבוד די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן היינט י' חשוון. שפעטער באנאכט איז די רב געוועהן אויף א באזוך אין ירושלים ביי כ''ק האדמו''ר מלעלוב ניקלשבורג שליט''א אין זיך משתתף געוועהן ביים שמחת התנאים פון אן אייניקל אין שטאט.






















תגובות