top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בצוותא חדא • שמחת השבע ברכות בשילוב חגיגת חנוכת הבית פאר בנין בית יעקב החדש דקהל עדת יראים וויען

מיטוואך פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


דעם פארלאפענעם זונטיג (ויצא) איז געפייערט געווארן דער גראנדיעזע מעמד חנוכת הבית פארן נייעם פרעכטיגע בנין בית יעקב, די מיידל שולע דקהל עדת יראים וויען, וואס איז אצינד פארענדיגט געווארן כלול בהדרו, די מעמד איז געפראוועט געווארן בצוותא חדא מיט שבע ברכות לרגל די שמחת הנישואין פון אן אייניקל ביים וויענער רב שליט''א החתן בן לחתנו הרה''צ רבי יואל משה מרדכי כץ חתן כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א.


די חגיגה איז פארגעקומען אינעם אודיטאריום פון די נייע בנין, במעמד כל הקהל הקודש ובראשם די חשובע נגידים וועלכע האבן געקויפט זכותים אינעם בנין, א רייע דרשות זענען געהערט געווארן דורך יושב ראש המעמד הרב שיראל שטערן פון לאנדאן, דער גאסט רעדנער הרה''ג רבי פנחס פרידמאן ראש הכוללים דבעלזא אין צום קלימאקס די דברות קודש פונעם מנהיג העדה כ''ק האדמו''ר מוויען שליט''א.

























コメント


bottom of page