top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון הרה"ק בעל 'חכמת אליעזר' מסערט וויז'ניץ בצל בנו מ"מ האד' מסערט וויז'ניץ

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 29 ביולי 2024
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ג תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

ree

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


ברגשי קודש האבן חסידי סערט וויז'ניץ דעם דאנערשטאג כ' תמוז אפגעצייכנט די ניינטע יומא דהילולא קדישא פונעם באליבטער און אומפארגעסליכער רועה נאמן הרה"ק בעל 'חכמת אליעזר' מסערט וויזניץ זצוק"ל וואו מען האט אין דעם טאג מעלה געווען זכרונו הבהיר און געטון פעולות לעילו נשמתו הטהורה בגנזי מרומים. שוין אנגעהויבן פון די נאכמיטאג שעה'ן בערב יומא דהילולא איז אפגעהאלטן געווארן די יערליכע יריד ווי עס זענען פארקויפט געווארן צענדליגע ספרים וואס זענען ארויסגעקומען לאור עולם דורך קהל חסידי סערט וויז'ניץ, פאר גאר גאר ביליגע פרייזן, יפוצו מעינותיך חוצה.


דאנערשטאג ליל יומא דהילולא קדישא האט די רבי געדאווענט מעריב פארן עמוד, דאן  איז דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת השולחן הטהור לרגל די הילולא קדישא, די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און געמאכט די סיום הש"ס און געזאגט די קדיש, ביי די דברות קודש האט די רבי מעורר געווען די חסידים זיך מדבק צו זיין בדרכיו הטהורות ספעציעל אין מידות טובות, און בפרט אהבת ישראל. מען האט געזינגען ניגוני ימים נוראים און די רבי האט פארגעזינגען יזכור אהבתם, די רבי האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס.


דורכאויס דעם טיש האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מנדבורנא חיפה - שאץ וויזניץ - סאווראן ירושלים - און חתנא דבי נשיאה כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א. אין לויף פון די נאכט האט די רבי שליט"א אויפגענימען דעם ציבור חסידים מיט קוויטלעך להזכר לטובה בהאי יומא רבה. ערב שבת בעצם יומא דהילולא נאכן דאווענען האט די רבי געטרינקען לחיים און די גאנצע ציבור איז אריבער וואונטשן לחיים.


דערנאך איז די רבי ארויסגעפארן צום ציון הקדוש אויפן בית החיים אין בני ברק. די רבי שליט"א איז אנגעקומען אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים פון אלע שטעט, די רבי האט געזאגט די מענה לשון תפילה כנהוג, מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון און קדיש, און די רבי האט זיך משתטח געווען א תפילה חרישית און אריינגעלייגט די קוויטלעך אינעם ציון הק', דערנאך האט דער משמש בקודש ר' נפתלי קליין הי"ו געזאגט קל מלא רחמים, און די רבי איז צוגעגאנגען צו די ציונים הק' פון די זיידע'ס די אהבת ישראל און דער מקור ברוך, דערנאך איז די רבי ארויס פונעם אוהל און צוגעגאנגען צום ציון פון אמו הרבנית ע"ה, און צום ציון פון די באבע די רעבעצין אשת חבר הרה"ק בעל 'מקור ברוך' מסערט וויז'ניץ. דערנאך איז די רבי צוריק אריין אינעם אוהל און מתפלל געוועהן ביים ציון פונעם פעטער הגה"צ ר' אלי' שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן לכבוד די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן דעם שב"ק כ"א תמוז.


ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page