top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בליץ באזוך פון האד' מוויז'ניץ אין שטאט מאנסי; שחרית ראש חודש מיט תלמידי ישיבת לצעירים

מוצאי שבת פ' וארא • ג' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א וועלכע איז דעם אנהייב וואך אנגעקומען אויף א בליץ באזוך קיין ניו יארק איז פארלפאענעם דאנערשטאג אינדערפרי אנגעקומען אויף תפילת שחרית אין די ישיבה לצעירים 'ישועות משה' וויז'ניץ אין מאנסי וואו די רבי שליט''א האט געדאווענט א ווארימע שחרית מיט די תלמידי הישיבה אין יורד געוועהן לפני התיבה צו הלל בהתעוררות רב אויף די יו''ט'דיגע נוסח. ליל ראש חודש האט די רבי שליט''א אפגעראכטן אן אייגענארטיגע סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט די בחורי חמד אין די צוות הישיבה וואו די רבי האט פארברעגנט מיט די תלמידים הקרויים בנים בדברי תורה, מוסר והדרכות ישרות., בשעתן סעודה האט די רבי שליט''א אנגעוואונטשן די פירות וועלכע וועלן פארטיילט ווערן אום חמישע עשר בשבט פאר די תומכי הישיבה.

נאכמיטאג נאכן דאווענען איז די רבי שליט''א צוגעפארן אויף א באזוך ביי כ''ק האדמו''ר מספינקא מאנסי שליט''א וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינעם שמועס אין די רבי האט זיך באדאנקט פארן אכסניא וואס די ספינקא רבי טוט אהערשטעלן פאר די ישיבה. פון דארט איז די רבי ארויסגעפארן צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק קיין ארץ הקודש.









bottom of page