top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זכר זאת: נגידי באיאן וועלן ארויספארן אויף מסע הקודש זאת חנוכה מיט הרה"צ ר' יוסף ברייאר בשליחות אביו האד' מבאיאן

מוצאי שבת פ' וישלח • י"ג כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

בהתרגשות עילאה ווערט אויפגענומען ביי חסידי באיאן איבער א מסע הקודש "הזכירו לפניו" וואס ווערט אונטערגענומען דורך הרה"צ רבי יוסף ברייאר שליט"א בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר באיאן שליט"א מיט'ן ציל פוקד צו זיין ביים סבא קדישא דער הייליגער רוזשינער זי"ע ביום המסוגל גמר החתימה "זאת חנוכה".


די פרטים איבער די מסע הקודש איז צוערשט פארעפנטליכט געווארן אין א בריוו וואס ערשיינט דורך הרה"צ ר' יוסף בנו בכורו פונעם רבי'ן שליט"א, וואו ער געט איבער אז ער איז אריינגערופן געווארן בקודש פנימה ביים טאטן דער רבי זאל זיין געזונט, וועלכער האט אים פארבעטן ארויסצוגיין אויף א מסע קודש בשליחותו, אינעם יום מסוגל זאת חנוכה, מעתיר צו זיין ביים ציון המציונת פונעם סבא קדישא דער רוזשינער זי"ע, און ער בעט אז צו די נסיעה זאלן זיך אנשליסן אנ"ש וואס שטעלן זיך ארויס אלס תומכי "עמודי התורה" להחזקת די מוסדות הק' דחסידי רוזשין באיאן.


לויט די ערשטע באשטעטיגטע פלענער וועט די נסיעה זיך ארויסלאזן אין די שפעטע נאכט שעות ליל זאת חנוכה, מיט א פליגער פון ארץ ישראל דירעקט קיין אוקראינע, און מ'וועט צומארגנס זאת חנוכה בייטאג פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם ראש השושלת דער הייליגער רוזשינער, און דערנאך וועט מען ממשיך זיין די נסיעה קיין מעזעבוז, וואו מ'וועט אפרעכטן א שבת התעלות בצלא דמהימנותא פונעם אור שבעת הימים דער בעשטה"ק. מוצש"ק וועט מען ממשיך זיין די נסיעה קיין בארדיטשב, און פון דארט זיך אהיימקערן קיין א"י.














Comentarios


bottom of page