top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תלמודי תלמוד תורה פאפא אין בארא פארק שטראלן פון שמחה ווען האד' מפאפא איז מחנך נייעם בנין הת"ת

דינסטאג פ' נצבים וילך - י"ט אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


שמחתי באומרים לי בית ה' נלך


מיט גרויס שמחה און התרגשות האבן די הונדערטער ילדי התלמוד תורה דחסידי פאפא אין בארא פארק, מיטגעלעבט היסטארישע מאמענטן נעכטן מאנטאג ווען זיי האבן זוכה געווען מחנך צו זיין דעם נייעם פראכטפולע בנין התלמוד תורה וואס איז אויפגעבויעט געווארן פאר זייער חינוך הטהור ועתיד הרוחני. לכבוד די חגיגה איז כ''ק האדמו''ר מפאפא שליט''א אנגעקומען קיין בארא פארק צו באשיינען דעם מעמד פתיחת שערים פונעם נייעם תלמוד תורה.


דער פרעכטיגער בנין וואס איז סטאנציאנירט ביים ווינקל פון די אכט און דרייסיגסטע סטריט און פארט העמילטאן פארקוועי, איז אין די טעג ערגענצט געווארן מיט איר פולן פראכט אין שיינקייט צוצוברענגען א ריכטיגע אכסניא און הרחבת הדעת פאר די הונדערטער ילדי התלמוד תורה, אין אצינד איז פארגעקומען די גרויסע מעמד פתיחת שערים און מעמד קביעת מזוזות, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א נשיא המוסדות.


אין די פריע נאכמיטאג שעה'ן האט די רבי מופיע געווען בהדרו בשערי התלמוד תורה און תיכף אריין בחדר קדשו וואס איז ספעציעל געבועיט געווארן אינעם בנין, ווי עס איז פארגעקומען עטליכע חאלאקה'ס ביי די חסידים, דערנאך איז די רבי ארויסגעקומען און געקלאפט די מזוזה ביים הויפט טויער פונעם נייעם בנין, און דערנאך מכבד געווען בניו הרבנים הגאונים הצדיקים אין די נדיבים בעם און חברי הנהלת המוסדות צו קלאפן מזוזות, דערנאך איז די רבי ארויף צום פיפטע שטאק אינעם נייעם בנין און קובע געווען א מזוזה ביים טיר פונעם ביהמ''ד פון די קינדער, אינצווישן איז די רבי אריין אין די קלאסן זיך אומקוקן ווי די ילדי חמד זענען עוסק אין די לימודים די ערשטע טאג פונעם זמן.


עס האט נאכגעפאלגט מיט א גרויסע מסיבת לחיים לרגל המאורע אינעם חדר אוכל אינאיינעם מיט די הונדערטער ילדי התלמוד תורה און זייערע עלטערן וועלעכע זענען געקומען מחדש זיין דעם בית גדול לה' ותורתו ברוב עם הדרת מלך, וואו אויפן הויעכע פלאטפארמע זענען געזעצן אויסגעשוהרט, בניו הרבנים הגאונים הצדיקים און די מחנכים ומנהלים און די צוות התלמוד תורה.


מען האט געזינגען ניגוני תורה און עס האט אויפגעטרעטן דער בארימטער מגיד און מחנך הרב אהרן ארי' אייזענבערג שליט"א, די רבי האט געוואונטשן לחיים און משמיע געווען מדברות קודשו ארומרעדנדיג בשבח העסקנים והנדיבים און איבער די זכיה אוועקצושטעלן פעסטע יסודות און ווענט פאר די חיצוניות פון די גאס עס זאלן נישט האבן קיין השפעה. צום שלוס זענען די הונדערטער ילדי החמד דורך אל מול פני הקודש ווי די רבי האט פארטיילט האניג קוכן במאור פנים.


א גרויסארטיגע מעמד חנוכת הבית ווערט געפלאנט אויף נאך די ימים טובים הבאים לקראתינו לשלום, במעמד אלפי ישראל און מיט די באטייליגונג פון פילע אדמורי"ם ורבנים אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א.








Comments


bottom of page