top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פילע תלמידים וחסידים מיטגעהאלטן שמחת החתונה פון ערשטע אייניקל ביים ראש ישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א

עודכן: 27 במרץ

מיטוואך פ' פקודי • כ''ו אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


ברגשי שמחה וצהלה האבן פילע הונדערטער חסידים מיטגעלעבט די עידנא דחדוותא במעונו פונעם מנהיג העדה די ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, די שמחת הנישואין פון די עלסטן אייניקל ביים ראש הישיבה, די כלה א טאכטער פון בנו בכורו הרה"ג ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א מיט די חתן העילוי והמצוין אברהם יצחק גלאזמאן ממופלגי תלמידי ישיבת פני מנחם, בן הרה"ח ר' ישראל יצחק גלאזמאן הי"ו.


ווי שוין באריכטערט, האט די גרויסע זיידע די ראש ישיבה קאטעגאריש אויסגעדריקט רצונו ועז חפצו אז די חתונה זאל זיין אויף א פשוט'ע און באשיידענע פארנעם, גארנישט אנדערש ווי א געווענליכע משפחה-שמחה, וואו מ'וועט זיך פרייען די בני המשפחה און גוטע פריינט בקול ששון וקול שמחה, די חתונה איז טאקע אפגעראכטן געווארן מלא רגש ושמחה, אין די גוטניק זאל אין די גבעת שאול געגענט אין ירושלים אויף א פשוט'ן געווענליכן שטייגער פון א ירושלימ'ע חתונה.


מאידך גיסא איז געקומען צו פארן צו די שמחה א גרויסן ציבור געסט תלמידים ומעריצים פון אויסלאנד, אין צוגאב צו די הונדערטער חברי הקהילה וועלכע זענען געקומען צופארן פון אלע שטעט מיטצוהאלטן די שמחה הרוממה.


די שמחה האט זיך אנגעהויבן אין די מיטאג שעה'ן מיט די מעמד הקבלת פנים אין ביהמ"ד הגדול פני מנחם ספעציעל געאייגענט פאר די בחורי הקהילה כנהוג בבית גור, ווי איינער פון די בחורים האט אויפגעטרעטן מיט גראמען כנהוג.


שפעטער נאכמיטאג איז די ראש ישיבה ערשינען צום מעמד הקבלת פנים אין די גוטניק זאל, און מען איז תיכף ארויס צום חופה. די זיידע די ראש ישיבה שליט"א האט מסדר געווען חופה וקידושין, די פעטער הגאון רבי דניאל חיים אלתר ראש ישיבה קטנה פני מנחם איז מכובד געווארן מיט קריאת הכתובה, און מיט ברכה אחריתא הגאון הגדול רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פונוביז.


נאכן חופה האבן די ראשי הישיבה ארומגעשמועסט בנועם שיח, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה.


דאן האט נאכגעפאלגט די סעודת החתונה, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט ספעציעלע פלעצער פאר די חברי הקהילה, און באזונדערע דעזיגנירטע ערטער פאר די געסט פון אויסלאנד. בשעת די שמחה האט זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א מיט וועם די ראש ישיבה האט פארפירט א שיינעם שמועס, און דערנאך ארויסבאגלייט ביותרת הכבוד.


אויך האבן באשיינט דעם פני מזרח, צו די זייט פונעם בעל שמחה די ראש ישיבה, אחיו הרבנים הגאונים הצדיקים, די קינדער פון הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע.


במשך די שמחה האט מהנה געווען בפרקי שירה די בארימטער בעל מנגן ר' מענדל ווערדיגער הי"ו פון אמעריקא, בשעת די חתונה האט מען אויך א לענגערע וויילע געזינגען די נייע ניגון 'ויזכו לראות בנים' וואס ר' מענדל הי"ו האט פארפאסט לכבוד די שמחה.


צווישן די פילע ניגוני שמחה האט די ראש ישיבה משמיע געווען דברי תורה לכבוד די שמחה, אנהייבנדיג מיט א שבח והודאה צום בורא כל עולמים על כל הטוב והחסד, דערגרייכנדיג דעם מאמענט ווען מען מאכט חתונה דעם ערשטן אייניקל, און ממשיך געווען מיט דברי דרוש ואגדה בעניני דיומא שטייענדיג אין די טעג נאך פורים.


דערנאך האט מען געהערט דברי בדחנות משולב מיט גראמען דורך הרה"ח ר' ישראל מאנעלא הי"ו, און נאכן בענטשן איז די גאנצע ציבור דורך ביים ראש ישיבה וואונטשן לחיים און מזל טוב בעת מען האט ממשיך געווען די פרייליכע ריקודין לכבוד השמחה וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות.


דערנאך האט מען ממשיך געוועהן מיט די מצווה טאנץ אויף א באשיידענעם פארנעם בלויז מיט די בני המשפחה, ווי די ראש ישיבה האט אפגעראכטן די ריקודין לפני נכדתו הכלה און דערנאך די אנדערע זיידעס און מחותנים.


































































Comments


bottom of page