top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית יואל • "פתיחת שערים" פון נייעם ביהמ"ד דקהל יטב לב אין שכונת דאלאס בראשות האד' מסאטמאר

מונטאג פ' פינחס - י"ד תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס


נעכטן מוצאי שבת איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אנגעקומען צום ביהמ''ד החדש דקהל יטב לב אויף דולעק בשכונת דאלעס אין קרית יואל, ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די "פתיחת שערים" פון נייעם הערליכן ביהמ"ד דקהל יטב לב, ביים אנקומען האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן ביהמ"ד אין ביים פראוויזארישע מקוה אויפ'ן אונטערשטן שטאק פונעם ביהמ"ד.


דערנאך האט די רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים רבתי לכבוד המאורע, עס האבן אויפגעטרעטן איינע פון די עסקנים און הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראשי הקהילה, און הרה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב ביהמ''ד בית שמואל.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די תושבי השכונה ומתפללי ביהמ"ד אין באזונדער פאר די עסקני הביהמ"ד, און משמיע געווען דברות קודש ווי די רבי האט מעורר געווען צו שטיין על המשמר אז עס זאל זיין א ביהמ"ד אשר משם תצא תורה עבודה און גמ''ח אויף א שטארק חסידיש'ע פארנעם, און מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר אלע תושבי השכונה ומתפללי הביהמ"ד, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן גרויסן שטח ווי עס וועט געבויעט ווערן דעם בנין החדש והמפואר פארן ביהמ''ד.


דערנאך איז די רבי שליט''א אריבער צום ביהמ"ד תפילה למשה אין קרית יואל ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שידוך שליסן פון די כלה א טאכטער פון הרבני הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו נדבן ופטרון הביהמ"ד מגדולי תומכי המוסדות וועלכע האט אויך בייגעשטייערט א גרויסע סכום פאר די מקוה טהרה אין קרית יואל, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן מחותנים, און פארן זיידן הרה"ח ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו און פארן רב הביהמ"ד הגה''צ ר' שלום ראטענבערג שליט"א, דערנאך האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויף איינע פון די טירן און ארומגעגאנגען אלע חדרים און שטאקן פונעם ביהמ"ד און אין די פראכטפולע מקוה.


שפעטער אום צוויי אזייגער באנאכט איז די רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ מו"ץ אין קרית יואל, צו די שמחת השבע ברכות לרגל נשואי בנו החתן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און ארויס אין א ריקוד מיטן חתן און מחותנים.















bottom of page