מוצאי שבת פ' כי תצא • י"א אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
פארגאנעגנעם דאנערשטאג איז בכי טוב געשלאסן געווארן די שידוך פון הכלה תחי' א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטירווקא שליט"א פון ספרינג וואלי מיט די חתן א זון פונעם רבינ'ס פעטער הגה"צ רבי שמואל דוד שניארסאהן משגיח בישיבת טשעבין זון פון הגה"צ ראש ישיבת טשעבין און איידעם ביי הרה"צ רבי וועלוועל טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא. באנאכט איז פארגעקומען די מסיבת אירוסין אין די זאלן פון ביאלא ביהמ"ד אין ירושלים וואו עס האט זיך אנגעזעהן א גרויסן ציבור חסידים ואנשי מעשה, בראש השמחה האבן מפאר געוועהן די חשובע אדמור"ים קרובי המשפחה האדמו"ר מראחמיסטריווקא, האדמו"ר מנדבורנא ירושלים און האדמו"ר מזוועהיל. מען האט געזינגען ניגוני שמחת און דער פילקעפיגער ציבור איז דורך וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און די מחותנים.
Comments