דאנערשטאג פ' יתרו • ט"ו שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

אַ געהויבענער שבת איז אַריבער אויף די בני הקהלה פון פּשעוואָרסק וויליאַמסבורג, ווען ס'איז געפּראַוועט געוואָרן אויף אַ געהויבענעם פאַרנעם דער פאַרגאַנגענער שב"ק בשלח — שירה, שטייענדיג בתוך ימי השלושים פון דער גרויסער אבידה, ווען ס'איז נסתלק געוואָרן דער באַליבטער איש על העדה, כ"ק גאב"ד פּשעוואָרסק וויליאמסבורג זצ"ל, האָט מען זיך צוזאַמגענומען כאיש אחד בלב אחד בראשות בניו הרבנים שליט"א וועלכע זענען געקומען אָפּרעכטן אינאיינעם דעם שבת בביהמ"ד של אביהם זצ"ל.
ביי די תפלות און די טישן דורכאויס דעם שבת האָט זיך באַטייליגט אַ גרויסער ציבור אַז דאָס ביהמ"ד איז געווען צר מהכיל דעם ציבור המשתתפים. צו מנחה ערב שבת איז צוגעגאַנגען דער גרויסער גאַסט פון אַנטווערפּן, הגה"צ אבד"ק בית משה אהרן שליט"א, און צו קבלת שבת הרבני החסיד ר' אהרן בינער שליט"א, תלמיד פון הרה"ק ר' יאַנקעלע מפּשעוואָרסק זי"ע און בעל אכסניא פונעם רב זצ"ל. נאָך קבלת שבת האָט געדויערט אַ לענגערע צייט דער עולם זאָל אַריבערגיין זאָגן גוט שבת.
אַרום 10 אַזייגער זענען די ברידער הרבנים שליט"א אַריינגעקומען צום שבת אחים, וואו עס איז אָפּגעראָכטן געוואָרן אַ וואַרעמע באָטע אויף אַ גאָר געהויבענעם פאַרנעם. מען האָט געזינגען די זמירות של שבת מיט די באַקאַנטע אויסגעווייקטע פּשעוואָרסקער ניגונים, דער גדול האחים דער רב שליט"א האָט פאַרטיילט צימעס און פירות, און משמיע געווען דברי תורה וסיפורי צדיקים, דערנאָך האָט ער מכבד געווען דעם ברודער דער רב הביהמ"ד שליט"א מיט'ן בענטשן.
נאָך ברכת המזון האָט מען זיך אַרויסגעלאָזט אין אַ ריקוד אויף "בבקעך ים סוף" לכבוד שבת שירה. עס האָט זיך אָנגעזען די באַטייליגונג פון הרה"צ ר' ישכר דוב ראָטטענבערג שליט"א, נכד כ"ק אדמו"ר מפּשעוואָרסק שליט"א, הרבנים בני הגה"צ אבד"ק אַשוי שליט"א און אבד"ק תפארת צבי שליט"א.
שב"ק אינדערפרי צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאַנגען הגה"צ אבד"ק בית משה אהרן אַנטווערפּן שליט"א וועלכער האָט מיט קול חוצב פאָרגעזאָגט די שירה פסוק בפסוק כנהוג, צו תפילת שחרית איז צוגעגאַנגען הרה"ג ר' יואל וואַגשאַהל שליט"א, בן הגה"צ ר' ישראל מענדל מלאַנצהוט שליט"א.
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני' האָט מען זוכה געווען צו הערן ביי דער קריאה פון דער שירה בקולו הנעים פונעם רב שליט"א וואָס האָט געלייענט די פסוקים מיט אַ נעימות און התלהבות. צו מוסף איז צוגעגאַנגען הגה"צ אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג שליט"א. ביי דער קידושא רבא נאָכ'ן דאַווענען האָט זיך אָנגעזען אַ שיינער ציבור מתושבי העיר. און מ'האָט פאַרטיילט קוגל כנוסח פּשעוואָרסק.
ביי שלש סעודות האָט מען געהערט דברי תורה ודברי זכרון פון הגה"צ אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג שליט"א. ער האָט צום ערשט מקדם בברכה געווען אחיו הגדול שליט"א וואָס איז געקומען מאציל זיין מהודו און מחזק זיין דעם מקום קדוש וואָס דער טאַטע זצ"ל האָט מייסד געווען בדמים תרתי משמע.
אין זיינע ווערטער האָט ער אַרויסגעברענגט דאָס וואָס מ'שטייט נאָך אין די שלושים להסתלקותו פונעם רב זצ"ל, ווען דער חלל שפּירט זיך אַזוי שטאַרק, בעט מען ער זאָל נישט פאַרגעסן מבני קהלתו און ווייטער משפיע זיין, ממקומו הוא יפן ברחמיו. געבענטשט על הכוס האָט הגה"צ אבד"ק בית משה אהרן אַנטווערפּן שליט"א.
פאַר מלוה מלכה איז פאָרגעקומען אַן אסיפה מיט די ראשי וטובי הקהלה פון ביהמ"ד אין וויליאַמסבורג אין דער אכסניא פונעם חשובן גאסט הגה"צ אבד"ק בית משה אהרן אַנטווערפּן שליט"א, וואו דער רב שליט"א האָט אויפגעטרעטן מיט וואַרעמע דברי ברכה בשבח הביהמ"ד און אַרויסגעברענגט רצון קדשו פון אביו הגדול דער רב זצ"ל וואָס האָט ממנה געווען אחיו הגה"צ רבי איציקל שליט"א אַלס מרא דאתרא, און אַצינד נאָכ'ן טאַטנ'ס פטירה וועט ער זיין דער איש על העדה, און אַרויסגעברענגט ווי באַליבט דער ברודער שליט"א איז געווען ביים זיידן רבי יאַנקעלע זי"ע, צוענדיגנדיג מיט די ברכה למען יאריך ימים על ממלכתו וענו כל העם הנאספים אמן מזל טוב.
דער קלימאַקס פונעם שבת איז געווען די געהויבענע מלוה מלכה, וואו גאָר אַ שיינער ציבור האָט זיך באַטייליגט. עס האָבן זיך אָנגעזען געסט פון אַנדערע מקומות, מען האָט געהערט פון די רבנים שליט"א עובדות סיפורי צדיקים אויף די יאָרצייטן וואָס געפאַלן די קומענדיגע וואָך. און דערנאך האט דער גאַסט דער רב שליט"א פאַרטיילט קנאָבל כמנהג בית אבוה"ק. מיט ברכת המזון איז מכובד געוואָרן דער ברודער הגה"צ ר' אברהם שמעון שליט"א פון מאָנסי. שוין נאָך חצות הלילה איז דער עולם זיך צעגאַנגען מיט געהויבענע געמיטער אָנגעזאַפּט פון דעם הערליכן שב"ק.










Comments