top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עלי עשור: חסידי פאפא געשפאנט צום היסטארישן מעמד "יובל העשור" דורך חבורת "והגית", זונטאג תולדות

דאנערשטאג נח • כ"ט תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

טויזנטער חסידי פאפא רישן זיך מיט התרגשות עצומה צו די היסטארישע חגיגה "יובל העשור" אפצוצייכענען צען יאר פון די לעכטיגע תורה-רעוואלוציע בקרב הקהלה ווען דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א האט מייסד געווען דער מפעל "והגית" אין וואס די טויזנטער חסידים זענען אנגעשלאסן מיט'ן מיטהאלטן דעם טעגליכן עמוד אין ראם פון די חבורה וואס ווערט פינאנצירט דורכ'ן בארימטן תומך תורה הרבני הנגיד ר' שלמה וועבער.


דער מעמד אדיר ונהדר וועט אפגעראכטן ווערן אויף א גראנדיעזן שטייגער דעם קומענדיגן זונטאג תולדות, וואס וועט פארוואנדלט ווערן ווי א יום טוב פאר חסידי פאפא, אן אנגעפילטער טאג פון עסק התורה און שמחת התורה במקהלות אלפי הלומדים זקנים עם נערים.


אינעם יום הגדול זונטאג תולדות וועט אפגעהאלטן ווערן א "יום שכולו תורה" מיט א סדר הלימוד רבתי בהשתתפות אלפי לומדי החבורה, נאכגעפאלגט מיט א פראכטפולער דאפלטער סיום, דער "סיום סדר נזיקין" דורכ'ן סדר לימוד הדף פון והגית, און דער "סיום מסכת נזיר" דורכ'ן סדר לימוד העמוד פון והגית. די מעמדים וועלן באשיינט ווערן אין שפיץ פון די רבני ודייני הקהלה ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וואס וועט אדרעסירן דעם משא המעמד.


די הנהלת ועסקני החבורה זענען יעצט העפטיג איינגעשפאנט אין מסדר זיין אלע דעטאלן פונעם יומא טבא לרבנן, מיט'ן ארומגיין צווישן די גרעסערע האטעלן און קאנווענשאן צענטערן אין די טריי-סטעיט ראיאן צו קובע זיין דעם פאסיגן אכסניא של תורה פאר'ן ריזן מעמד.








Comments


bottom of page