top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אפדעיט: פארבעסערנוג אין מצב הבריאות ביי האד' מביאלא; מניני תהילים אין אלע ביאלא צענטערן

מאנטאג פ' קדושים • כ"ח ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


ווי באריכט איז כ"ק האדמו"ר מביאלא שליט"א אריינגענימען געווארן אין שפיטאל דעם ערב שבת ביים כניסת הזמן, אין שפיטאל האבן די דאקטוירים פעסטגעשטעלט אז דער רבי ליידט פון א שווערע לונגען אנטצינדונג, וואס באדייט א מצב סכנה און מען דארף גאר אסאך תפילות ישראל. הודו לה' איז היינט דינסטאג אנגעקומען די גוטע נייעס אז די מצב גייט צום בעסערונג אדאנק תפילות ישראל אבער די רבי איז נאך אנגעוויזן אויף רחמי שמים.


אין אלע ביאלא בתי מדרשים און מוסדות התורה קומען פאר נאכאנאנדע מניני תהילים, דעם מוצאי שבת האבן זיך הונדערטער חסידי ביאלא צוזאמגענימען ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, אויף א געמיינזאמע עצרת תפילה והתעוררות לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א. היינטיגן מאנטאג איז מען זיך ווידער צוזאמקומען אויף א מעמד בקשת רחמים און תפילת רבים ביים ציון הק' פונעם רבינ'ס פאטער הרה"ק בעל חלקת יהושע מביאלא זי"ע אויפן הר הזיתים, וואו מען האט אין דעם גרויסן טאג בעצם יומא דהילולא קדישא פון זקינו הרה"ק בעל תולדות אדם מאוסטרובא זי"ע מתפלל געוועהן פארן ממשיך שולשלת הקודש, מרן בצלאל שמחה מנחם בנציון בן חנה פעשא לרפואה שלימה.

Comments


bottom of page