דאנערשטאג ד' דחוה"מ סוכות • כ' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט נאך מעריב האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א פארגעלערנט א שיעור אין ספר הק' חובת הלבבות לרגל די אנהייב פון די נייע מחזור אין שער יחוד המעשה וואס ווערט געלערנט דורך די חברי הקהילה, צום סוף פונעם שיעור האט דער רבי מעורר געווען אויף די געפירעכץ וואס מ'זעהט ביי מחותנים וואס שיקן פעקלעך פאר די חתנים איידער זיי פארן אויף א נסיעה, און אויפגעפאדערט פונעם ציבור דאס נישט צו טון.
דערנאך האט דער רבי שארף מוחה געווען קעגן געוויסע יחידים וואס האבן ארומגעשיקט ביכלעך אין די פאסט פאר אלע וויזניצע חסידים, מיט שארפע ארטיקלען קעגן דאס באנוצן זיך מיט טעראפיסטן, בשם די וויזניצע רביים און וועלנדיג קלארשטעלן אז דאס איז די דעת תורה הברורה פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע. דער רבי שליט"א האט קלארגעשטעלט אז אפגעזעהן וואס עס שטייט דארט, און ער וויל זיך בכלל נישט באציען יעצט צו די תוכן הענינים, אבער וויבאלד מ'האט דא געטון א זאך אויף די אייגענע האנט אין נאמען פון וויזניץ, אן קיין רשות אדער הסכמה פון איינער פון די ברידער, איז ער מוחה דערויף בכל תוקף ועוז.
Commentaires