top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אסיפת רבנים פאררופן דורך האד' מסאטמאר איבער ברענענדיגער נושא טעקסט ביי משפחה טעלעפאנען

דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: קרית יואל היימשטאט


א וויכטיגע אסיפה איז אפגעהאלטן געווארן נעכטן מיטוואך בביתו נאוה קודש פון כ"ק האדמו''ר מסאטמאר שליט"א, וואו עס זענען אויך אנוועזנד געוועהן הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וראש ישיבת סאטמאר בארא פארק, הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים דקהל יטב לב ויו"ר וועד לעניני טעכנעלאגיע, און נאך דייני הקהילה און חברי וועד החינוך פון די מוסדות הקדושים.


ביים אסיפה איז אויסגעשמועסט געווארן פארשידענע ענינים העומדים על הפרק, דאראונטער די שרעקליכע אנגריף פון "טעקסט" ביי "משפחה פאונס", וואס האט שוין ליידער אנגעמאכט אזויפיל חורבנות בכרם בית ישראל, דורך דעם וואס ס'איז לעצטנס געווארן שטארק אויפגעכאפט דאס האבן אין שטוב א "משפחה סעלפאון", איינס אדער עטליכע, וואס דאס ווערט גענוצט פאר'ן באנוץ פון די משפחה, צו וואס אלע קינדער האבן צוטריט דערצו, און די קינדער האבן אנגעהויבן באקומען שייכות מיט טעקסט, אין גרופ'ס וואס דאס שלעפט זייער שנעל אראפ רח"ל.


דערזעענדיג דעם מכשול העצום האט די סאטמאר רבי שליט''א פאררופן די קריטישע אסיפה, פאר די גדולי רבני הקהילה פון איבער ניו יארק, צו מטכס עצה זיין כדת מה לעשות, ווי אזוי צו נעמען די באלדיגע שריט אפצושטעלן די וואקסנדע געפאר צו וואס די בחורים און מיידלעך זענען אויסגעשטעלט.


א לענגערע צייט האבן די עיני העדה אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א באהאנדלט דעם חומר הנושא, ווי מ'הערט די אויפשוידערנדע וויי-געשריי פון די מנהלים און מחנכים און פארווייטאגטע עלטערן, וואס רייסן זיך די האר פון קאפ אז מ'האט צוגעלאזט די קינדער האבן צוטריט צו די אויסערליך אומשולדיגע 'משפחה פאון', וואו די קינדער האבן זיך דערקייקלט דורכ'ן זיך אנהייבן באנוצן מיט טעקסט מעסעדזש.


בין הדברים האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט די קריטישקייט פון שטיין על המשמר און טאן וואס שייך צו אויפוועקן די עלטערן און זיי האלטן אויף צום מציאות, ווייל די נסיונות וואס קומען כסדר אונטער לויפט מיט אזא שנעלקייט, וואס מ'האט זיך נישט געקענט חלומ'ען אפילו צוואנציג יאר צוריק אז מ'זאל זיך דארפן שלאגן מיט אזעלכע ביטערע נסיונות.


נאך א לענגערן דיון האט דער רבי שליט"א אויסגעפירט די אסיפה הגם יעצט איז נישט די צייט צו פאררופן אן אסיפה פאר די עלטערן, וכדומה, אבער תיכף נאך סוכות ברויך מען אויפשטורעמען דעם ציבור און ברענגען א קלארקייט מ'זאל פארשטיין די סכנה עצומה, און די געוואלדיגע זיכערהייט מאסנאמען וואס דארף געטאן ווערן אז די קינדער זאלן זיין אפגעהיטן מכל פגע רע.






コメント


bottom of page