top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת הברית לנכד האד' מתולדות צבי ספינקא אין די לעניקס שפיטאל

מאנטאג פ' האזינו א' • כ"ה אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


לְבַשֵּׂר בְּשׂוֹרוֹת טוֹבוֹת וְנִחוּמִים, בִּזְכוּת חֲתַן לַמּוּלוֹת דָּמִים


היינט נאכמיטאג איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון אן אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א לרפו"ש בן הנולד ביי בנו המשפיע הרה"צ רבי משה יעקב הורוויץ שליט"א, צוליב די מצב הבריאות ביים זיידן די ספינקא רבי'ן שליט"א האט מען ארויסגעטראגן די ברית צו די לעניקס שפיטאל ווי די ספינקא רבי שליט"א וויילט זינט נעכטן (זינטאג) לצרכי רפואה. די ברית איז פארגעקומען ווי געזאגט אינעם שפיטאל ציממער פונעם זיידן די ספינקא רבי שליט"א וועלכע איז מכבד געווארן מיט סנדקאות, די ברכות האט געזאגט די זיידע כ"ק האדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק, מיט די איבעריגע כיבודים זענען נתכבד געווארן די קרובי המשפחה אין מקרובים ביים רבי'ן שליט"א, נאכן ברית איז פארגעקומען די מסיבת לחיים, ווי די זיידע כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א האט געוואונטשן לחיים אין מען האט געזינגען א ניגון שמחה.





תגובות


bottom of page