top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תורה תורה חגרי שק: הגאון ר' יהודה בויאר זצ"ל פון לעצט-פארבליבענע תלמידי החזון איש

דאנערשטאג לך לך • ו' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

מיט גרויס צער אין טרויער איז אויפגענימען געווארן די שווערע בשורה אין די ליטווישע עולם התורה, איבער די הסתלקות לגנזי מרומים פון הגאון המפורסם והמובהק רבי יהודה בויאר זצ"ל מראשי ישיבת 'בית שמעיה' אין בני ברק און פון די לעצט-פארבליבענע תלמידי מרן החזון איש זי"ע וועלכער איז היינט נסתלק געווארן אין עלטער פון ניינציג יאר.


דער גאון המכונה ר' יודל איז געווען פון די אויסגערופענע גאונים וממעתיקי השמועה, ער איז געוועהן מפורסם מיט זיין געוואלדיגן כח התורה, און האט ארויסגעגעבן בארימטע חיבורים מברר צו זיין אמיתה של הלכה על דרך המסורה.


דער גאון זצ"ל איז געבוירן אין תל אביב צו זיין פאטער הרב אברהם יעקב בויאר ז"ל וואס האט געשטאמט פון רוזשינער חסידים דורי דורות, אלס בחור האט ער געלערנט אין דער פונוביזער ישיבה ווי ער האט קונה געווען תורה ויראה פון זיינע גרויסע רבי'ס ראשי הישיבה, אלס בחור פון פופצן יאהר איז ער שטארק נתקרב געווארן צום הייליגן חזון איש ווערנדיג פאררעכנט פון זיינע נאנטע תלמידים, בהגיעו לפרקו האט דער חזון איש באשיינט זיין =תנאים געציילטע חדשים פאר הסתלקותו לשמי מרום טראץ זיין שוואכקייט.


רבי יודל האט מחבר געוועהן עטליכע ספרי הלכה צווישן זיי די ספרים 'קיצור הלכות' וואס ווערן פארעכנט אלס ספרי יסוד בהוראת הלכה למעשה אין די קרייזן פון תלמידי החזון איש ומחוצה לה, א טייל פונעם ספרים האט ער ארויסגעגעבן אינאיינעם מיט ידידו וריעו הגאון רבי חיים גריינמאן זצ"ל.


די לעצטע תקופה האט ער זיך געמוטשעט מיטן געזונט און היינט נאכמיטאג איז ער נתבקש געווארן לישיבה של מעלה אין די מעייני הישועה שפיטאל, למגינת לב תלמידיו וכל בית ישראל. די לוי' גייט ארויס היינטאויפדערנאכט פון בית מדרש הגדול אויף רח' חידושי הרי"ם אין בני ברק צום בית החיים זכרון מאיר.


ת.נ.צ.ב.ה.

Comments


bottom of page