top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 7 בדצמ׳ 2023
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 21 בדצמ׳ 2023


ree

דאנערשטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

לעצטע צוגרייטונגען צום גרויסארטיגן מעמד ההואדה כ"א כסליו בחצר הקודש סאטמאר, ר' נפתלי הירצקא שטיין מנאמני בית האדמו"ר מסאטמאר, הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש, און העסקן ר' נפתלי משה אינדיג, ביים איבערגיין די לעצטע דעטאלן.

ree

אין דער ערלויער ישיבה האבן די בחורים אויפגעשטעלט 138 מנורות אין וואס זיי וועלן טעגליך צינדן צו מוציא זיין די וואס זענען פארכאפט אין עזה און קענען ליידער נישט צינדען די מנורה דעם חנוכה.

הנגיד רבי אלימלך שפירא ביים שענקן פאר האדמו"ר מבעלזא די נייע ספר 'חנוכת הסופרים', חידושי תורה און מנהגים אויף חנוכה פון זיין זיידן דער הייליגער חתם סופר זי"ע וממשיכי דרכו בקודש.

ree

הרב יוסף דוד שעכטער נכדו חביבו פון הגה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א אויפן פליגער קיין ארץ ישראל נאך א קורצע באזוך אין ניו יארק.

ree

מאסיווע קאמף צווישן די 'שטיבל' און 'שריפט', ביידע שרייען אז זיי האבן דעם "אור הגנוז".

ree

אן אינטערסאנטע באמערקונג האט קרישקעס אויפגעכאפט ביי די מעמדי הודאה כ"א כסלו בחצרות הקודש סאטמאר, ווען ביי ביידע מעמדים איז די רבי'ס פלאץ געווען צוגעגרייט די זעלבע מקובל'דיגע אויסשטעל.... אינעם בילד: אויבן - מהר"א, אונטן - מהרי"י.

ree

די 'לבלר' אויסגאבע מיט א הערליכע שמועס מיטן לעגענדארער משב"ק פון הגאון הגדול רבי ברוך מרדכי אזרחי זצוק"ל, הרב יעקב גראסבארד.

ree

הגאון ר' יצחק דוד גראסמאן רב מגדת העמק ביים אנצינדן די ערשטע לעכטל חנוכה, אנגעטוהן מיטן קאלפיק פון הרה"ק מהר''א מבעלזא זיע"א.

ree

מודעות איבער אלע מעמדי הדלקת הנרות אין די וויזניצער הויפן אויפן לוח מודעות אין ביהמ''ד הגדול וויז'ניץ קייאמישע.

ree

די ניו יארק סיטי מעיאר 'עריק עדעמס' ביים זיך באטייליגן ביים גראנדיעזן מעמד סעודת הודאה כ"א כסלו בחצר הקודש סאטמאר אויפן וואטערפראנט סקווער אין וויליאמסבורג.

ree

דער משמח אלקים ואנשים ר' וועלוול קירשענבוים ביים משמח זיין חתן וכלה ביי די שמחת החתונה לבת הנגיד ר' יואל לאנדא אין וויליאמסבורג.

ראש ישיבת בעלזא אין בית חלקיה דער מלחין הרה"ג ר' יוסף צבי ברייער שליט"א מיט א נייע ניגון לכבוד חנוכה.

הגה"צ אבד"ק וויזניץ אלעד שליט"א אין א פייערדיגע טאנץ מיט הרב זעליג קורניצר - משב"ק ביי מרן האדמו"ר מוויז'ניץ, ביי די שבע ברכות פון זיין אייניקל.

בעלזא חסידים איבער די וועלט האבן זיך היינט צוזאמען גענומען אין די בתי מדרשים מיטצוהאלטן לעבעדיג די הדלקות נרות פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט''א.

ree

האדמור''ים מוויזניץ אין פינסק קארלין ביים מנחם אבל זיין די קינדער פון הקדוש הרה''ג רבי אלימלך וואסערמאן זצ''ל הי''ד.

ree

א בליק פון אונטער די פארענטשעס ביים גרויסארטיגן מעמד כ"א כסלו בחצר הקודש סאטמאר אין די גרויסע ניו יארק סטעיט ארמארי.

כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א באזוכט אינעם 'בית חיינו' קאמפיין הויפטקוואטיר נאכן דערגרייכן די ציהל פון איבער עלף מיליאן דאלאר! פארן ביהמ''ד הגדול אין בארא פארק.

ree

אינעם גליון "משולחנא דמלכא" פון הגה''ק גאב"ד ירושלים זצוק''ל האבן האחים האדמורי"ם מתולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק גענימען א חלק אינעם גליון לרגל די הילולא קדישא פון זייער פאטער הרה"ק בעל 'דברי אמונה' מתולדות אהרן זיע"א.

ree

האדמו"ר מטעפליק ביים פידל שפילן היינט די ערשטע לעכטל חנוכה.

די גאסן איבער אלע חרדישע געגענטער באהאנגען מיט מיסטעריעזע מודעות "וואו איז יוסעלע"...

ree

דער בארימטער שריפטשטעלער און פאליטישע קאמענטאטאר ר' מענדי אונגער, מיטן קאנגרעס ספיקער פון די פאראייניגטע שטאטן, די וואך נאכן אסיפת הרבנים מיטן ספיקער, ווי ר' מענדל איז געווען אנוועזענד.

ree

דער לאנגיעריגער עסקן און שתדלן הרב חיים ברוך גלאק, און דער באקאנטער עסקן הרב עזרא פרידלענדער, אין א שמועס מיט הויכראנגיגע פאליציאנטן, ביים גרויסן מסיבה דורך ארגון 'שומרים' דבארא פארק.

ree

די טאלאנטפולע בארימטער לאגזאם-פעלדמאן-גליק קליקע האט פרעזענטירט א כתב תעודה פאר ר' יעקב יוסף לאנגזאם נאכן מסיים זיין די ערשטע פרק פון מסכת ברכות אין ראמען פון עמוד יומי.

ree

האדמו"ר מביאלא בני ברק ביי מלווה מלכה פאר די תומכי המוסדות אין לאס אנדזשעלעס וואו דער רבי האט געוויילט אויף א לענגערע מסע חיזוק.

ree

יום טוב כ"א כסלו, די ילדי תשב"ר אין ארגענטינע אויף א אויספלוג לכבוד יום הצלה והשחרור פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.

ree
ree

האדמו"ר מקאסאן לעיקוואוד איז מנחם אבל ביי האדמורי"ם מראחמיסטריווקא לעיקוואוד און ראחמיסטריווקא אוק-ענד-וויין.

ree

הרה"ג רבי יעקב יהושע ענגלענדער ראש ישיבת מכנובקא בעלזא באזוכט אין תלמוד תורה 'תפארת יעקב' אין אנטווערפען.

ree

חברי בית דין צדק העדה החרדית ביים בודק זיין די ’לכתחילה אקיטו‘ MP3 שפילער'ס.

ree

א שפילצייג באן וואס איז פארקויפט געווארן אין די געשעפטן לרגל כ"א כסלו יום הצלה והשחרור פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.

ree

האדמו"ר מנובומינסק באזוכט ביים ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א אין ירושלים.

ree

האדמו"ר מביטשקוב ביים ציון הק' פון הרה"ק מריבניץ זיע"א אין מאנסי.

ree

מסיבת לחיים לרגל די יציקת הבורות בחצר הקודש טריסק טאלנא. ווערט געזעהן האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי, און הרב יצחק טריגער מגדולי רבנים מומחים במקוואות.

ree

האדמו"ר מטרעבישאן אין א שמועס מיט די חב''ד שלוחים אין די קענעדי לופטפעלד אויפן וועג אהיים קיין ארץ ישראל.

ree

אויף די גאר פאפולערע עזה טעלעגרעם קאנאל איז געווארן ארויפגעשטעלט די מעמד כ״א כסלו בחצר הקודש סאטמאר, וואו זיי שרייבן אז איבער זעכציג טויזענט אידן זענען ארויסגעקומען פראטעסטירן קעגן די ציוניסטישע מדינה.

ree
ree

א ברכת מזל טוב פאר הרב זושא גליק משב"ק האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, לרגל שמחת הולדת בנו למזל טוב.

ree



תגובות


bottom of page