top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקור קודש פון האד' מבאיאן בבית מדרשו החדש אין נייעם יישוב רמה ד' - בית שמש

זונטאג פ' ויחי • י"ב טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידי באיאן תשובים פון די נייע בליענדע יישוב אין רמה ד' - בית שמש האבן פאריגן וואך זוכה געווען צו א ביקור קודש פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף א ערשטמאליגע באזוך בקרב הקהילה הקדושה דחסידי באיאן אין רמה ד', וואו עס וואוינען שוין אריבער הונדערט משפחות חסידי באיאן ועוד היד נטויה בעזר ה'.


ביים אנקומען האט די רבי שליט"א ארומשפאצירט אינעם קלויז על כל מבואותיה, דערנאך האט מען געדאוונט מעריב, און דאן האט די רבי שליט"א מקדש געווען די לבנה פארנט פונעם קלויז ברוב עם הדרת מלך.


נאך קידוש לבנה האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים אינעם קלויז, ווי די רבי האט משמיע געווען אמרי קודש ארומרענדיג בגודל קדושת בית המדרש, און אויפגעפאדערט די חסידים אויסצופאלגן די תקנות הקהילה, דערנאך האט די רבי מנדב געווען א סידור השל"ה פארן קלויז כמנהגו אין אלע באיאנער קלויזן איבער די וועלט, די רבי האט איבערגעגעבן דעם סידור פאר די גבאי הקלויז. די מעמד האט זיך געשלאסן מיט א שיינעם ריקוד, און די ציבור המתפללים זענען דורך וואונטשן לחיים.













bottom of page