top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בליץ באזוך פון הגאון רבי שאול אלתר שליט"א אין ניו יארק

דאנערשטאג פ' וירא • י"ח חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט פרייליכע געמיטער און שפאנונג ווערט ערווארטעט דאס אנקום פונעם בארימטן גרויסן גאסט דער ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט״א, צו זיין בליץ באזוך קיין ניו יארק אויף די וואך פ׳ חיי שרה הבעל״ט.

די קומענדיגע מוצאי שבת וועט זיך ראש הישיבה ארויסלאזן אויף א מסע חיזוק קיין אמעריקא אין גלייכצייטיג אויסנוצן דעם געלעגנהייט אויפצוטרייבן געלטער לטובת מוסדותיו. דער ראש ישיבה וועט אנקומען זונטאג צופרי קיין לעיקוואוד און דאווענען שחרית בבית מדרשו אין שטאט. דורכאויס די טאג וועט זיך די ראש ישיבה אויפהאלטן אין לעיקוואוד און פארנאכטס אויפטרעטן מיט א שיעור כללי אין די 'לעיקוואוד קאמאן'ס שוהל.

מאנטאג צופרי וועט דער ראש ישיבה ממשיך זיין מיט די נסיעה קיין פלארידא, ווי עס וועלן פארקומען א רייע מסיבות לטובת די מוסדות. דינסטאג צופרי וועט דער ראש ישיבה אנקומען קיין בארא פארק און ביינאכט וועט פארקומען א מעמד סיום מסכת קידושין אין ראם פון חבורת 'לבנו בתורתיך' אינאיינעם מיט א כינוס חיזוק לאור המצב בארה"ק אין די גרויסער פאלאס זאלן אין שטאט.

מיטוואך צופרי וועט דער ראש ישיבה דאווענען שחרית אין די זאלן פון עמינענס אין בארא פארק און דורכאויס די טאג אויפנעמען דעם ציבור לעצה ולברכה. פארנאכטס וועט זיך דער ראש ישיבה צוריקקערן קיין ארה"ק.

לויט ווי עס ווערט איבערגעגעבן, האבן די עסקנים שוין געהאט אויסגעדינגען די 'ראלי האטעל' אין די קעטסקילס ווי עס האט געזאלט פארקומען א גרויסארטיגע שבת התאחדות אין שפיץ פונעם ראש ישיבה, אבער אין ליכט פונעם אנגעצויגענעם מצב בארץ ובגולה איז אפגערופן געווארן דעם געפלאנטן שבת התאחדות און דער ראש ישיבה וועט נישט פארבלייבן אויף שבת אין ניו יורק.







Comments


bottom of page