top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כִּי קָדוֹשׁ הַיּוֹם • אלפי חסידי סאטמאר דערווארעמען זיך ביים טיש ליל זאת חנוכה אין קרית יואל

מאנטאג פ' ויגש • ו' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין


טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר האבן דעם ליל שישי זאת חנוכה מיטגעהאלטן דעם עריכת שולחן הטהור לכבוד היום בצל כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וואס איז אפגעראכטן געווארן בתופים ומחולות לכבוד היום.


ביי די דברות קודש האט די רבי שליט''א ערקלערט במעמד אלפים אן אלוועלטליכער יום לימוד תורה פאר עלטערן-מיט-קינדער בצוותא חדא אינעם חגא טאג פון גויאישן ניי-יאר, וואו טויזנטער סאטמאר אידן וועלן זיך צונויפנעמען זקנים עם נערים, זיידעס, עלטערן מיט קינדער, און עוסק זיין בתורה בצוותא חדא.


די רבי שליט''א האט ערווענט אז אין די קומענדיגע וואכן געפאלט די גויאישע חגאות און רוב עולם ארבעט נישט אין יענע טעג, און געבעטן אז מען זאל מייחד זיין די טעג אויף לימוד התורה, מען זאל צוזאמנעמען די ערוואקסענע קינדער און עוסק זיין בתורה אינאיינעם אבות ובנים, אין אזוי אויך די וועלכע האבן חתונה-געהאטע קינדער אין אנדערע שטעט האבן געווענטליך נישט קיין שיעורי תורה מיט זייערע קינדער פון די ווייטע שטעט - און יעצט ווען מ׳ארבעט נישט - וועלן אלע אידן האבן די איינמאליגע געלעגנהייט עוסק צו זיין בתורה מיט זייערע קינדער און אנצינדן אן אש שלמעלה.


די סדרי הליומדים וועלן אויסגעארבעט ווערן דורך די עסקנים דקהל יטב לב דסאטמאר אין די שיעורים וועלן זיין ספעציעלע צוגענגליך פאר אלע חברי הקהילה.




























Comments


bottom of page