top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אויפנאמע במעון קדשו פון האד' מפאפא אין עהרע פון ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס

מאנטאג פ' לךלך • ח' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


א ספעציעלער אויפנאמע איז פארגעקומען נעכטן זינטאג נאכמיטאג במעון הקודש פון כ''ק האדמו''ר מפאפא שליט''א אין עהרע פונעם ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס וואס איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט וויליאמסבורג אנטייל צו נעמען ביים צערעמאניע פארנט פונעם ביהמ''ד הגדול פאפא ווי דער בלאק פון פּען סטריט און בעדפארד עוועניו האט באקומען דעם נאמען "ר' יוסף וועבער וועי", אין אנדענק פונעם לעגענדארער עסקן הרה"ח ר' יוסף וועבער ז"ל.


ביים אויפנאמע זענען אויך געוועהן אנוועזנד דער מעיאר'ס אידישער געהילף ר' יואל אייזדארפער אין די ראשי ועסקני ק"ק אין מוסדות פאפא. די רבי שליט''א האט זיך ווארעם באגריסט מיטן מעיאר אין דאן האט אויפגעטראטן מיט א דרשה הרבני הנגיד ר' שלמה וועבער חבר הנהלת המוסדות וועלכע האט מיט פאסיגע דיבורים אויסגערימט די מעיאר פאר זיינע פילע לייסטונגען אין פעולות לטובה פאר די ניו יארק'ער אידנטום אין בפרט פאר ק"ק אין מוסדות פאפא, נאך זיין דרשה האט די רבי שליט''א ארויפגעברענגט די טעמע פון די גזירת החינוך אין ניו יארק אין געבעטן פונעם מעיאר צו טוהן וואס ער קען אז דער אידישער געמיינדע זאל קענען געבן א אייגענעם חינוך גענוי ווי אלע יארן ביז אהער. די מעיאר האט ווידער קלארגעשטעלט זיין שטארקע שטעלונג אין פארשפראכן ווייטער צו שטיין צו הילף למען עתיד חינוך הטהור.



























Comments


bottom of page