top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת התנאים לרגל קישור החיתון בחצרות ערלוי - דושינסקיא - קאסוב וויז'ניץ

מונטאג פ' ויחי • י"ג טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר


 אין ירושלים עיה"ק איז דעם מוצאי שבת פארגעקומען די שמחת התנאים לרגל די קישור החיתון אין די הויפן פון ערלוי - קאסוב וויזניץ אין דושינסקיא, די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א לרפו''ש, בת לבנו יחידו הרה"צ ר' שלום צבי סופר שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקוסוב ויזניץ שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' רפאל פרץ דושינסקיא שליט"א מרבני ק''ק דושינסקיא אין בני ברק, זון פון הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט"א, און איידעם ביי הרה"ג ר' אהרן אלי' פעלדמאן שליט"א, די שמחה איז געפראוועט געווארן אינעם בית מדרש הגדול ערלוי אין קריה נאמנה אין די קטמון געגנט במקהלות חסידים והמון חוגג.


ליידער האט די ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א נישט געקענט מיטגעהאלטן די שמחה צוליב א שוואכקייט וואס האט באפאלן דעם רבין שליט"א דורכאויס שבת, בראש המסובים האבן באשיינט די זיידע כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א, די פעטער כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, האדמורי"ם מסאדיגורא ירושלים, שידלובצא, לעלוב בראנוביץ, ווערדאן ירושלים, ראש ישיבת ערלוי, אב"ד ערלוי ביתר, אב''ד סערט וויז'ניץ ירושלים, אב"ד קרעטשניף ב"ב און נאך אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה.


די פעטער כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים, עס האבן אויפגעטראטן מיט ווערטער, צום ערשט די זיידע כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ וועלכע האט ארומגערעט איבער די געוואלדיגע קשרי ידידות צווישן די צוויי זיידעס האחים בעל 'חכמת אליעזר' און בעל 'ברכת משה' מסערט וויז'ניץ וועלכע האבן זיך ביי די שמחה משדך געוועהן צום ערשטן מאל, דערנאך האט אויפגעטראטן הגה"צ רבי אהרן שמואל דושינסקיא ראש ישיבת דושינסקיא, און די מחותן אבי הכלה הרה"צ רבי שלום צבי סופר וועלכע האט ארויסגעברעגנט רגשי שבח והודאה על העבר ובבקשה על העתיד ואל תטשנו ה' אלוקינו לנצח מזאל שוין זעה'ן די ישועה שלימה מיט די גענצליכע רפואה פונעם רבין שליט"א.


































Comentários


bottom of page