top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תלמידי ישיבת בעלזא אין אשדוד אונטערן רושם פון שבת התעלות מיט הרב אברהם שמואל צבי רוקח

מיטוואך פ' וישב • כ"ג כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי לוי


די תלמידים פון די בעלזער ישיבה 'דובר שלום' אין אשדוד האבן דעם שב''ק פ' וישלח מיטגעלעבט א דערהויבענעם שבת התעלות אין שפיץ פונעם אורח הדגול הרב אברהם שמואל צבי רוקח שליט"א נכד כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכע איז געקומען צו פארן אויף שבת מחזק צו זיין די בחורים אין די שווערע זמנים אין שאטן פונעם מלחמה וואס בוזשעוועט אין דרום ארץ ישראל.


ערב שבת נאך א סדר לימוד האבן די בחורים מקבל פנים געוועהן דעם חשובן גאסט בשירה וזמרה, דורכאויס שבת האבן די בחורים געהאט די זכיה צו דאווענען אין פראווען די סעודת שבת בצוותא חדא מיט הרב אברהם שמואל צבי אין די צוות הישיבה בשבת אחים גם יחד, אין זיך דערקוויקן מיט זיינע פערל רייד בדברי תורה, הדרכות ישרות אין סיפורי צדיקים.


דער געהויבענעם שבת האט זיך געשלאסן מיטן סעודת מלוה מלכה מוצאי שבת וואו די גאסט האט געענפערט אויף פארשידענע שאלות בעניני עבודת השם וואס די בחורים האבן אריינגעשיקט בעפאר שבת, אין נאכן מעמד האט מען ארויסבאגלייט דעם חשובן אורח בשירה וזמרה.





































Comentários


bottom of page