top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה עצומה אין זוועהיל • בן זכר למזל טוב געבוירן ביים רבין שליט"א

זונטאג פ' ויחי • י"ב טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידי זוועהיל האבן זיך נעכטן געוואונטשן מזל טוב לרגל די שמחה הגדולה במעון הקודש פון מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א בהולדת בנו למזל טוב, מוצאי שבת בליל ההילולא קדישא פון זקינו כ"ק אדמו"ר בעל 'אור אברהם' מזוועהיל זיע''א אור לי"ב טבת.


נעכטן מוצאי שבת איז כ''ק האדמו''ר מזוועהיל שליט''א אריינגעקומען צום טיש אין אפגעגעבן א שבח והודאה פארן רבוש''ע אויף די גרויסע שמחה. העפטיגע צוגרייטונגען ווערן געמאכט די טעג צו די שבת שלום זכר וואס וועט געפראוועט ווערן אין שטאט ביתר אין די שמחת הברית מילה דעם קומענדיגן זינטאג שמות הבעל''ט אין ביהמ''ד הגדול זוועהיל אין ירושלים.

Comentarios


bottom of page