top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מפינסק קארלין אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין גליל בראש קהל חסידיו

דינסטאג פ' וישב • כ"ב כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן מאנטאג נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א ארויסגעפארן קיין עיה''ק טבריה וואו די רבי האט פוקד געוועהן דעם ציון הק' פון הרה''ק רבי יוחנן מקארלין סטאלין זי''ע וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן כ''א כסליו. אנקומענדיג אין שטאט האט די רבי געדאווענט מנחה ביים קבר רבי מאיר בעל הנס, דערנאך איז די רבי שליט''א אנגעקומען אויפן איר אלטן בית חיים אין טבריה פוקד צו זיין דעם ציון הק' בעצם יומא דהילולא.


נאכן עלייה לציון בראש קהל חסידיו האט די רבי שליט''א מעריך געוועהן שולחנו הטהור לכבוד היום אין א זאל אין שטאט טבריה, אין נאכן טיש איז די רבי שליט''א צוגעפארן אויף א באזוך ביים מקובל הגה''צ רבי דוב קוק שליט''א בבית מדרשו וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינעם שמועס אין די רבי האט אנגעוואונטשן דעם מקובל בברכת כהנים.


פון דארט איז די רבי שליט''א ארויסגעפארן מיט די חסידים קיין אתרא קדישא מירון וואו מען האט געדאווענט מעריב ביים ציון הק' פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחי אין די רבי האט אפגעשוירן די ילדי החלאקה אינעם חצר המערה, וואס האט נאכגעפאלגט מיטן ריקודין של שמחה.



















Comments


bottom of page