top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נאסטאלגישע שטריימל פונעם שר התורה פארקויפט געווארן פאר 1.8 מיליאן דאללער

דאנערשטאג פ' ויגש • ט' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין די יעצטיגע טעג, איז די נאסטאלגישע שטריימל פונעם שר התורה מרן הגאון האדיר ר' חיים קנייבסקי זצ"ל, פארקויפט געווארן פאר די אסטראנאמישע סומע פון נאנט צו צוויי מיליאן דאללער.


ווי באקאנט פלעגט דער שר התורה הגאון ר' חיים קנייבסקי גיין מיט א שטריימל בלויז געציילטע מאל א יאר, ימים טובים און חול המועד פלעגט דער שר התורה אנטון א שטריימל, ווי עס האט זיך געפירט זיין פאטער דער סטייפלער גאון זי"ע, און א ספעציעלע שטריימל האט ער ערהאלטן בירושה פון זיין שווער הגאון האדיר רבי יוסף שלום אלישיב זצ"ל.


נאך די פלוצלינגדיגע הסתלקות פונעם שר התורה מרן הגאון האדיר ר' חיים קנייבסקי ביום פורים דמוקפין תשפ"ב, טוען צענדליגע גבירים און באקאנטע פילאנטראפן, פרובירן אפצוקויפן א חפץ קדוש פון דעם הייליגן גאון, אין די צייט וואס די אלע הייליגע חפצים ווערן געהאלטן אונטער א שטרענגע אויפזיכט צוליב זארג פון אומאחריות'דיגע מענטשן וואס קענען לייגן א האנט דערויף, וואוסענדיג די אומבאשרייבליכע ווערד פון די הייליגע חפצים.


אצינד איז באקאנט געווארן אז די דאזיגע שטריימל איז געווארן ארויסגעשטעלט צום פארקויפן דורך א באקאנטע פירמע וואס גיבט זיך אפ מיט אזעלכע זאכן, און די וואך איז עס אפגעקויפט געווארן דורך א גרויסער נגיד פאר 1.8 מיליאן דאללער, שטייענדיג שוין נאנט צו צוויי די הסתלקות פונעם שר התורה.

bottom of page