top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה עצומה אין סקווירא • בן זכר למז"ט געבוירן ביי הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי בן האד' מסקווירא‎

מאנטאג וזאת הברכה ב' • י"ב תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

 

בשמחה עצומה זענען חסידי סקווירא יעצט נאכמיטאג - נתבשר געווארן איבער די גרויסער שמחה אינעם רבינס הויף מיטן געבורט פון א אייניקל למזל טוב ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, א א בן זכר ביי בנו חביבו הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א פון בני ברק, שטייענדיג קארגע אנדערטהאלבן יאהר נאך די חתונה.


מיט עוז של שמחה רישן זיך סקווירא חסידים מיטצולעבן די געהויבענע עת משוש, אנגעהויבן ביים שמחת השלום זכר דעם שבת חול המועד סוכות און די שמחת הוואך נאכט און דער ברית מילה בימי הסוכות וואס וועט זיין איין לאנגע קייט פון שמחה וחדווה אין קרית מלך רב - שיכון סקווירא המעטירה. היינט נאכמיטאג בעפאר תפלת מנחה אינעם מנין פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האבן די חסידים אויסגעבראכן מיט די פרייליכע ניגונים, לכבוד די שמחה בחצר המלכות. נאך מנחה זענען די חסידים מתפללים אינעם מנין דורך ביים רבי'ן אפגעבן ברכת מזל טוב, דער רבי שליט"א האט יעדן צוריק געוואונטשן במאור פניו זייענדיג שטארק אויפגעלייגט בנהירו עילאה.


Comments


bottom of page