שמחת הברית אין הויפן פון טרעבישאן און פינסק קארלין פארגעקומען חוה"מ סוכות
- בחצרות הקודש

- 28 באוק׳ 2024
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 29 באוק׳ 2024
מאנטאג נח • כ"ו תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שימי פ.
פאריגן מאנטאג חול המועד סוכות איז כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אנגעקומען צום שטאט בית שמש וואו ער איז מכובד געווארן מיט מוהלות ביים שמחת הברית מילה פון אן אייניקל ביי כ''ק האדמו''ר מטרעבישאן שליט''א חתנא דבי נשיאה פון כ''ק האדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א, ידיד נאמן און חברותא פון הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט''א.
ביים אנקומען האט זיך דער רב שליט"א באגריסט מיט די חושבע זיידע'ס און איז מכובד געווארן אויך מיט די ברכות און קריאת השם. נאכן ברית האט הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א געבענטשט דעם רך הנימול כדרכו בקודש און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים אינעם סוכה בחצר הקודש טרעבישאן וואו ער האט געזינגען זיין ניגון 'יומם יצווה השם חסדו' און זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד אויפן אויבן אן.

















תגובות