top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מערלוי וועט ערשיינען צום הדלקת נרות ליל זאת חנוכה ברוב עם צום ערשטן מאל נאכן סטראוק

דינסטאג פ' מקץ • כ"ט כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


אן התרגשות אין שמחה'דיגע שטימונג נעמט ארום תלמידי וחסידי ערלוי מיט די בשורה מהרנונה וואס איז נארוואס איבערגעגעבן געווארן מטעם בית כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, אז דעם קומענדיגן דאנערשטאג ליל זאת חנוכה וועט מען האבן די זכיה לראות את פני הקודש ביים מעמד הדלקת נרות חנוכה שטייענדיג נאך א שווערע תקופה, וואס מען האט ליידער נישט זוכה געווען להתברך מפיו נאכן סטראוק וואס די רבי שליט"א האט געליטן מיט עטליכע וואכן צוריק.


אצינד ווען עס איז שוין ב"ה פארהאן א שטארקע פארבעסערונג אינעם מצב הבריות, וועט די רבי שליט"א מופיע זיין במלוא הדרו צום הדלקת נרות חנוכה ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ''ד הגדול ערלוי אין די קטמון געגענט אין ירושלים, ווי מען וועט באותו מעמד דאנקן אין לויבן דעם בורו כל עולמים על הנסים ועל הנפלעות בימים הם בזמן הזה.


אין די זעלבע צייט איז כלל ישראל ווייטער מרבה בתפילה לרפואתו השלימה פונעם רבין מרן משה בן מרים וועלכע איז נאך זקוק לרחמי שמים מרובים להחזיקו ולחיותו, די רבי זאל צוריק קומען צו די כוחות לאיתנו הראשון בבריות השלימות.



Commentaires


bottom of page